|
|
| נשלח ב-3/6/2008 00:42 |
|
| |
איך האב שטארק הנאה צו הערן די נייעס אז דוד עקשטיין האט רעזאגנירט פון די וועד הצניעות, א זאך אויף וואס ער האט שוין אויסצושטיין קריטיק די לעצטע שטיק צייט.
קודם פיל איך רואיג אז דער עולם וועט כאטש איינזעהן אז מ'האט עפעס אויפגעטוען און עס איז שוין נישט אזוי וויכטיג צו שיקן מעסעדזש'ס פון פארקערטע ריכטונגען, קהל האט פארשטאנען אויפן ווינק און מ'האט געטוען למעשה.
דער אמת איז אז אסאך פערזאנען וועלן נעמען קרעדיט דערפאר, א שטייגער ווי נחום ראזענבערג, ער וועט זיכער היינט נאך אפדעיטן זיין האט-ליין ווי ער וועט מעלדן אז די קהלה האט אום אויסגעהערט און ער האט ב"ה רעזאגנירט.
עטליכע היץ קעפ אין ביהמ"ד וועלן פראבירן צו נעמען קרעדיט דערפאר, וואס הייסט? ווען נישט זיי פארפירן וואלט דאס קיינמאל נישט צושטאנד געקומען און ער וואלט נאך יעצט אנגעפירט מיטן וועד און געטוען ככל העולה על ריחו.
למען האמת מוז מען אבער ארויסברענגען פארוועם עס קומט זיך דער אמת'ער קרעדיט. און דאס איז דער צענטראלער קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. אונזער געטרייער ראש הקהל ר' בערל פרעידמאן צוזאמען מיט ר' יצחק, די זעלבע וואס זענען אין די נאכט נאך די פארגאנגענע קהל וואלן אין קרית יואל אריין צום רבין שליט"א און געזעהן אז אליעזר ווייס און מאיר ווערטהיימער זאלן אריינגעשטעלט ווערן אין קהל למען השלום, די זעלבע געטרייע ראשי קהלה האבן יעצט ארייגעארבייט מעשים אלעס כדי די קהלה מעמבער'ס זאלן ארויסגיין שטימען און זיין צופרידן.
עס איז צום האפן אז אלעס וועט ווערן רואיגער, מ'וועט אנפאנגען צו זעהן די גוטע חלק פון קהל, צו ס'איז די וועד הצניעות וואס מענטשן האבן געהאט טענות דעראויף. צו ס'איז די נייע 'ווירטשאפט קאמיטע' וואס רעדן יעדן טאג פריוואט מיט אינגעלייט, הערן זיי אויס און פראבירן צו העלפן , ועוד ידם נטויה ווי מ'זעהט ב"ה.
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו. ובשם השם נעשה ונצליח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:02 |
|
| |
שפיצער
קומסט מיר פאר ווי די אגודה וואס פלעגט נאך וואכן שווערע מחאות קעגן גזירות אין ארץ ישראל, ווען די רעגירונג האט נישט געהאט קיין ברירה און זיך געבראכן, האבן זיי אין "אפאר מינוט שתדלנות" אלעס ערלעדיגט...
איך וויל נישט אוועקנעמען קיין קרעדיט פון קיינעם, און זיכער נישט פון די געטרייע ראשי הקהלה, אונז קרית יואל'ע אידן זענען טאקע "ספוילד" אבער נישט משוגע, די וויליאמסבורג'ער חכמים האבן נישט פון זיך אליין ערלעדיגט די זאך אין אפאר מינוט... יא עס קומט זיי א יישר כח פארן העלפן אין די מערכה, אבער דאס "כאפן קרעדיט" איז לדעתי סתם נאריש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:09 |
|
| |
אנטשולדיגט פארן ניצן די אויסדריק קרעדיט, כ'וועל עס מער נישט טוען.
אבער אויפגעטוען האט מען?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:09 |
|
| |
פונקט איצט געטראפען צווישען מיינע ארכיווען.
יעקב מאיר פרענץ פון קרית יואל וואס האט געזאגט פאר אפאר יאר צוריק אין רעיל ראז... אז עס וואקסט אים האר אויף די הענט אפען פארקערטן פלאךץץץ, און די זאליס גיין געווינען... שיקט צוריק זיין סטעטמענט פאר אפאר יאר צוריק פאר קהלתינו אין ווילי מיט די קללות, דער בהמה האט פארגעסען אראפ צונעמען זיין נאמען.

|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:10 |
|
| |
זשוליאני
שתי תשובות בדבר, פארוואס איך רייס זיי אזוי אראפ בנוגע די דירות, ווייל ס'איז א דבר ידוע אז נישט יעדער קען באקומען א לאט צו דעוועלאפן, פרעג דיר נאר נאך פארוואס יואליש שווארץ קען מער נישט בויען.
און דאס וואס דו זאגסט וועגן אינוועסטארס האט נאכנישט פארעענטפערט פארוואס מען ברענגט נישט קיין שטאטישע דירות א שטייגער ווי ד. א. ווידער און עצי התמרים
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:24 |
|
| |
זשוליאני
די ווילידזש דארף טאקע נישט קאנטראלירן די צעמענט קאמפאני, זי דארף אבער יא, און זי קען קאנטראלירן די בילדערס אז זיי זאלן זיך אויפפירן ווי מענטשן
פרעג דיך נאך אין קרית יואל וויפיל דין תורות מ. י. א. האט שוין געהאט צוליב זיין חזירישע געפירעכץ.
און בנוגע וועד הצניעות, להוי ידוע אז זי האט מער ווי צען מענטשן וואס פירן עס, דאס איז וואס איך ווייס, און איך גלייב ס'איז דא נאך.
און ווידער ווארט איך אויף א קאנפירמעישאן פון ווי קומט דאס אז ער איז געפלויגן און בנוגע וועד הצניעות, וויפיל איך ווייס איז דא מער ווי צען מענטשן וואס "טוען" למעשה, און איך גלייב אז ס'איז דא נאך וואס איך ווייס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:33 |
|
| |
וואלןסח מ'האט היינט געטיילט און ק"י א טעיפ פון ר' יעקב פריינד
ער פארענטפערט דארט א טייל פון דיינע שאלה'ס זעה צו באקומען איינס און די וועסט הנאה האבן אויב איינער קען עס דא ארויף לייגן וואלט געווען א געוואלדיגע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 01:34 |
|
| |
איך האב א פשוט'ע שאלה, וויאזוי קען מען וויסן אויב ער איז באמת געפלויגן פון וועד הצניעות?
קודם ווי וואלןסח פרעגט, ווער האט דאס קאנפערמט?
צווייטענס, ווען ס'איז שוין קאנפערמט, וועד הצניעות איז דאך א געהיימע ענטעטי, וויאזוי קען מען פעסטשטעלן אז ס'איז ריכטיג?
תוקן עקב שגיאה
תוקן על ידי kj2008 ב- 03/06/2008 1:35:59
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 02:23 |
|
| |
טייערע אידן תלמידים פון רבינו שליט"א וחסידי סאטמאר
ווי אזוי קענטס עטס צוקוקן ווי אונזער הייליגע קהלה ווערט צוטיילט??? ווי אזוי קענט עטס צוקוקן ווי אונזערע שונאים טאנצן פאר שמחה??? ווי אזוי האטס עטס נישט מורא פון די הקפדה פון רבותינו הקדושים???
נעמטס ארויס דעם תהלים און רייסט איין אז אונזער הייליגע שטעטל זאל ח"ו נישט אריבער גיין צו אונזערע שונאים
השתדלו והרבו תחנה
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 02:37 |
|
| |
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט,
אבער איין זאך זעה איך אז די מעסעדזש איז אנגעקומען ווי ס'האט געדארפט, אנע דעם אז מ'זאל אריינברענגען 2 מתנגדים אין די ווילעדזש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 02:51 |
|
| |
זאג נאר, דו געדענקסט נאך אפשר ווען חיים הערש ליימזידער האט געבויעט?
געדענקסט אפשר וויפיל דין תורות ער האט געהאט, און וויפיל פעטש ס'איז געפלויגן?
2) געדענקסט נאך ווען יחזקאל אייזנבערג האט געבויעט, און ווי שטארק מ'איז צופרידן געווען פון אים?
מ. א. אינדיג איז נישט פערפעקט, אבער ער איז אין די ליין בערך 8 יאר. געווען איז ער א פשוט'ער מענטשן ווי איך און די. און האט פארלוירן זיין זשאב און געווארן א קאנטראקט. - גם אתה יכול!
עס איז נישט די דזשאב פונעם ווילידזש צו טיילן קאנטראקטן, נאר צו מאכן זיכער אז מ'בויט לויט די קאודס, סעיף און שטארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 02:58 |
|
| |
איך זע נישט פארוואס מען שלאגט זיך אזוי
מיר קוקט אויס אז די הירש סעגעדין גייען סיי ווי געווינען
אין וואס דע מעסידזש געשיקעכץ? פארוועם?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 03:08 |
|
| |
ווען דא וועט וואקסן גראז וועט סעגעדין געווינען
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 03/06/2008 3:12:32
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 03:32 |
|
| |
בדרך צחות
ס'איז דא א באקאנטע קשיא, אויב דער שטן הערט יעדעס מאל ראש השנה אז מען בלאזט שופר פארוואס ווערט ער נאך אלץ צומישט? ס'איז דא אסאך תירוצים, איין תירוץ איז אז דער סגולת השופר איז, ווען מען בלאזט ווערט דער שטן צומישט.
די זעלבע זאך איז ביי אונז, טראצדעם וואס דער עולם איז גערעגט, און מען וויל שיקן א "מעסעדזש", און מען ווייסט פון פאראויס אז די פירערשאפט וועט שרייען "דער רבי איז אין סכנה", סאטמאר גייט אונטער, דאך וועט עס ווייטער ארבעטן, אזוי זענען מיר, די לעצטע מינוט וועט מען זיך אויסגלייכן די דיפערענצן, און נישט אריינוואויטן אונזערע שונאים.
ערנסט גערעדט,
עס איז אמת אז די ווילידזש קאנדידאטן גייען יעצט געווינען, אבער דאס מאכט נישט די פראבלעמען אויס, די פראבלעמען וואלטן שוין געדארפט זיין לאנג קער גענומען, איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט עס אפגעשטופט ביז יעצט. מען מוז אויפקומען מיט א לאנג טערם סאלושען און מאכן ארדענונג, און יעצט איז די פאסיגע צייט דערצו. ווייל אז נישט זענען מיר באמת א רחמנות, אפילו מען גייט בעזרת השי"ת דורכשטופן די יעצטיגע וואלן.
לאמיר נישט פארגעסן מיר האבן טאקע א "שמאלע באקוועמע" מערהייט, אבער אויב מיר פארלירן אפאר הונדערט וואויטס, מאיזה סיבה שהוא, פארלירן מיר די וואלן, דאס יאר לויפט מען נאר פאר צוויי טראסטיס, דאס קומענדיגע מאל ווען ס'איז צוויי פלאס דעם מעיאר, אויב מען פארלירט איז עכט געבראטענע צרות, ממילא טאר מען עס נישט נעמען פאר לייכט, מען טאר נישט אויפרעגן קיין מענטשן.
נאך אלעם האט מען זיך געשלאגן יארן לאנג אז מען זאל אויסהערן דעם ציבור, און נישט מען זאל פשוט טוישן די שפילערס און די שפיל בלייבט דאס אלטע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2008 03:50 |
|
| |
געוואלד און געשריגען!!!!
וועם הערט מען נישט אויס???
|
|
|
|
|