בית פורומים כל העולם כולו

חוצפה פין א יונגערמאן שבת אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2008 10:12 לינק ישיר 
חוצפה פין א יונגערמאן שבת אין וויליאמסבורג

 דע וואך שבת וואק איך אראפ בעדפארד עוו. גייענדיג אין שול, זעה איך ווי א יונגערמאן א שטינקער בערך 20 יאר אלט מיט ווייסע זאקן אין א קליינע שווארצע בערדל אין לאנגע שווארצע פיאות מיט 8 בחורים מאכן קולי קולות אויף עפעס א יונג ווייבל אין בלאקירן איר פין קענען שטיפן די קעריטש . איך שטיי מיך אין די זייט אין איך קוק צו דערנאך האבן זיי געמאכט קולות אויף נאך עפעס א פרוי אין די צייט וואס דער טאטע פין דעם 13 יעריגע בחורימלעך רעדט זיך איין אז זיין חשובער בחור מיטשעט זיך יעצט אויף עפעס א שווערע קצות ,

נישט גענוג איך בין געשטאנען ביי בעדפארד אין פען ווי זיי האבן נאכגעשריגן די דריטער פרוי [וואס איך האב מיטגעהאלטן אכ"פ] אינמיטן הער איך ווי איינער פין די בחורים רופט זיך אהן צום יונגערמאן וואס האט געפירט די בחורים אויף די שבת נשים TOUR אז עפעס א פרוי קומט צו וואקען מיט א קעריטש פין ראטליטש . דער יונגערמאן דער מניוול געט זיך א דריי אין קוקט אהן דעם פרוי אין ער זאגט פאר די 13 יעריגע בחורימלעך "זי לאזטס אפ עס איז א שאד צי קוקען אויף איר"
אויב איינער האט אויך באמערקט דעם גרופע שבת אין ווייסט ווער דער יונגערמאן דער מניוול איז אדער ווער זענען די בחורימלעך זאל מיר ביטע מודיע זיין אין אישית ווייל איך וויל רעדן צי די עלטערן זיי זאלן וויסען וואס דא גייט פאר ביי די שבת נשים TOUR,




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חוצפה פין א יונגערמאן שבת אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext