|
|
| נשלח ב-3/6/2008 03:44 |
|
| |
קריטיק אויפן "בלאט"
איך האב א טענה צו דער בלאט די וואך.
היתכן ער האט מבזה געווען די אומשולדיגע קעץ פון רוסלאנד. ביי חיות איז אויך שייך בזיון (דאס איז דאך איינס פון די טעמים פארוואס מען דארף ביי חיה מכסה זיין דעם דם מצוות כיסוי הדם (הגם שאין טעם למצוות)
ער האט געשריבן אז דער זאו גן החיות וואס קומט פאר יעדען שבת אין וויליאמסבורג איז אזוי וויא די קעץ פארשטעלונג.
ח"ו . אזוי צו שרייבן. די קעץ זענען אומשולדיגע חיות. זיי טוען קיינעם נישט קיין שלעכטס אבער משא"כ רשעים הללו. די בחורים די צוויי פיסיגע זענען א סאך ערגער וויא די חיות. זיי האבען דאך בכלומערשט באקומען א תורה הקדושה אש שחורה על גבי אש לבנה. און זיי האבען דאך אמאל געלערנט אפשר אביי ורבא. וויא קומט צו זיי אזוי מין רשעות..
איך האלט אז דער בלאט דארף די וואך איבערבעטען די חיות .
בפרט החכימא דיהודאי . ספרא רבא דישראל . נפך ספיר ויהלום. . חוט של חסד משוך עליו.. הנוהג בחסדו בחסד עליון. מו"ה שמואל ווידער נר"ו . היתכן ער האט צוגעלאזט צושטעלען די רשעים צו די אומשולדיגע חיות. ער דארף זעהן מען זאל איבערבעטן די חיות.
עס איז דא א ווערטל אז איין רב האט אמאל מכשיר געווען א שאלהדיגע בהמה ווייל ער האט נישט געוואלט ביים בי"ד של מעלה שטיין ביי א דין תורה מיט א בהמה. און כדי דא אויך אז מען זאל נישט דארפן שטיין מיט א די"ת מיט די קעץ איז בעסער תיכסוף בי עמרם בעלמא דין ולא בעלמא דאתי(קידושין פ"א ע"א)
יכפר ויסלח . טוב וסלח.
ובדרך אגב וועגן די אסיפה היינט.
להוי ידוע לכל.
אמאליגע צייטן פלעגט מען ביי א סאך געלט מסיבות מכבד זיין צו רעדן הרב בערגמאן (ספינקער) א מזרחיסט. ווייל ער האט געהאט א סאך באקאנטע און טאמער ער איז געווען דער ראש המדברים איז געקומען א עולם בעסערע מענטשען און עס איז אייינגעקומען געלט. (בעפאר די אינדייטמענט וועגן די האומס ואכ"ל)
די זאך האט זיך נישט גענדיגט. ביז איינמאל איז פארגעקומען א אסיפה פאר געלט אין קהל חסידים אין בארא פארק 15 עווע. קאר 49.
ויהי אינמיטן די דרשה פון בערגמאן האט זיך אויפגעשטעלט א עלטערער איד און זיך גענומען צו שרייען צא טמא דו מזרחיסט . עס איז געווארן א געפערליכע איבערקערעניש עס איז געקומען צו פעטש מיט די הענט . מען האט יענעם יוד ארויסגעווארפן אבער מער האט בערגמאן נישט גערעדט ביי קיין היימישע מסיבות. און מען האט עהם שוין מורא געהאט מכבד צו זיין ווייל קיינער האט נישט געוואלט האבן א צושטערטע מסיבה.
דאס זעלבע וואלט רז"ל ט"ב מסאטמאר ווייטער וועין געקומען מחרחר ריב זיין קיין בארא פארק און
האלטן דארטן דרשות אין סאטמאר בית המדרש. ביז חוה"מ האט זיך איינער איינגעשטעלט און עהם באזידלט און אויסגעלאשן די לעקטערס. עס האט מער נישט געהאלפן דאס וואס ער האט ווייטער גערעד און דאס וואס מארגן דערנאך איז רז"ל פילאפף געקומען און געהאלטן א הושע"ר דרשה מיט קראקעדייל טרערן און מיט יללות
עד כאן .. מער איז רז"ל ט"ב נישט געקומען רעדן אין בארא פארק בית המדרש ותשקוט הארץ.
אזוי ווילאנג מען וועט נישט ארויסשמאצען דעם ר' הלל וועט ער כדרכו נאך אלץ קומען פלעטקאשען דא אין וויליאמסבורג פאר יודען אשר קטנם עבה ממתניו וד"ל.
עס פעלט אויס א ביסעל מסירת נפש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2008 05:44 |
|
| |
צו דעם שרייבער KJ2008 נ"י
איך האב ח"ו נישט געמיינט אז מען זאל דאס טון בפועל ממש. איך האב נאר געשריבן להלכה ולא למעשה. איך האלט נישט פון יענע מעשה פון בערגמאן אויך נישט
איך האב נאר מרמז געווען אז אזוי וואלט מען וועין געדארפט טון . כדי צו דערשרעקן די וואס רופן זיך רבנים און העצן די בחורים און מאכען זיי פאר סטודענטן (לשונו של הגה"צ מקארלסבורג שליט"א )
און צו דעם ניק וואס רופט זיך פראסקעס נ"י
עס איז גאנץ א אינטערסאנטער נאמען. אבער איך מיין און האף אז ער טיילט נישט בפועל ממש פראסקעס כדרכו של אויב. אלא אפשר כדרכו של אוהב. סתם בדרך חיבה. ובדרך הלצה.
קודם כל לייען דורך גוט דעם בלאט וועגן די חובבי קעץ אויף דף 188 נאכדעם וועסטו ממילא פארשטיין וואס איך וויל אנאליזירן און ארויסברענגן
דו פרעגסט "וואס זאגסטו"? נו! ידידי היקר נ"י. וואס ווילסטו זאל איך זאגען . איך בין דיך גרייט צופרידענצושטעלען כפי אוות נפשך.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2008 08:03 |
|
| |
חשובער עבד
אזוי ווי איך האלט אז דיינע ווערטער זענען געווענליך אויפריכטיג אין איך האב שוין ברבים דאס געשריבען מעג איך מיר ערלויבען געבען צימאל אויך א קריטיק
ברוב דברים לא יחדל פשע אין דאס מאל האסטי גערעדט ווי א עבד כנעני אפילו האסט נישט געמיינט בפועל נאר אזוי ווי די ביסט א מוכיח בשער מיזטי מקיים זיין חכמים הזהרו בדבריכם
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|