זעקס אזייגער: לעצטע ציפערן. צרות ווי א בארג!
איך האב יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט ר' אלי' פארקאש, וועלכער זיצט א גאנצן טאג איבער די נאמבערס און קוקט ווער ס'איז שוין יא געקומען וואוטן און ווער נישט.
די זעקס אזייגער נאמבערס זענען יעצט אריינגעקומען און ס'איז געפערליך. די אלייענס מענטשן קומען וואוטן אין די מאסן.
57 פראצענט פון די וואוטערס זענען שוין ארויסגעקומען וואוטן. דאס איז 3,929 שטימען פון צווישן 6,929 בארעכטיגטע וויילער.
ביז ארום פינעווע צייט האבן אונזערע וואוטערס געהאט א קליינע אויבערהאנט, אבער יעצט האט זיך עס כמעט אויסגעגראדט. 50 50
איך בעט יעדן איינעם מען זאל רחמנות האבן, און שיקן יעדן וועמען מען קען צו די שטים בודקעס.
דער עולם געדענקט גוט וויאזוי ביי די לעצטע ווילידזש וואלן האט מען געווארנט אז ס'איז צרות און סוף כל סוף האט מען געווינען זייער שמאל.
|
|