| נשלח ב-8/6/2008 07:13 |
|
| |
וועד הדירות FACTS
אזוי ווי דער וועד האט געמאלדען די וואך אין דער בלאט, אז מען פאנגט שוין אן צי שרייבען קאנטראקטן גלייך נאך יום טוב, אין איך ווייס פין אסאך וואס וואקלען זיך צי גיין מיט זיי צי נישט, אין עס פעילט נאך אסאך אינפארמעישען אויף די גאנצע זאך, בעיט איך אז ווער עס וויסט עפעס מער זאל מעלדען דא לטובת הציבור, (נאר עכטע פאקטען פליז)
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2008 08:51 |
|
| |
דער ועד האט פארעפנטליכט א מעלדונג אין די צייטונגען אין וועלכן זיי לאזן וויסן אז זיי שטעלן דערווייל אפ זייער פ.ר. קאמפיין, און ווער עס וויל דוקא רעדן קען זיך פארבינדן מיט זיי פריוואט.
דער אשכול איז געשלאסן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2008 19:45 |
|
| |
איך האב גוט דורכגעקייט דעם פראיעקט די לעצטע פאר וואכען און איך האב געטראפען גאר שטוינענדע אמתע פאקטען איבער דעם, איך בין אבער נישט צו אינטערסירט געווען צו זיין דעם גיהנום שמש איבער דעם ווייל איך האלט אז אז יעדער יונגערמאן פאר זיך, דארף אליינס זיין מער פארזיכטיג פאר ער מאכט אזא החלטה איבער זיך און זיינע קינדער און זיך אליינס גוט נאכפרעגען.
ווי אויך ווייס איך אז מרן רבינו שליט"א איז בכלל נישט קיין גרויס חסיד דערפון.
וויאויך ווי דער מנהל שרייבט אז זיי אדווערטייזען מער נישט פובליק ווייס איך נישט צו דא איז דער פלאץ דערפאר.
אדרבה איך וויל וויסען וואס דער עולם זאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2008 20:40 |
|
| |
לכבוד המנהל, איך מיין אז דאס אז די וועד שטעלט אפ זייער פ.ר. קאמפיין איז איינזאך, ווייל די אינפורמעשאן וואס זיי געבען קען מען באקימען פין זיי, אבער די איבריגע אינפורמעשאן וואס זיי דערציילען נישט אין קען זיין ויכטיג פאר די עולם, אזוי ווי משה הלוי זאגט אז ער האט פאקטען וואס דער עולם ווייסט נישט, מיין איך אז מען דארף לאזען דער עולם זאל זיך באקענען מיט די פאקטען, ווייל פין די וועד וועט מען דאס קיינמאהל נישט הערען.
משה הלוי,
איך מיין אז די ביסט מחויב צי דערציילען וואס די ווייסט מבחינת "אל תמנע טוב מבעליו" (פארשטייט זיך מיט די הסכמה פין דעם מנהל)
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2008 23:08 |
|
| |
משה, איך האלט אז אויב די האסט מער פרטים, דען דארפסטי דאס מפרסם זיין כדי די מענטשען וואס זענען פאראינטרעסירט זאלען האבען פארזיך די נוטיגע פרטים.
מנהל, איך מיין אויך אז דאס וואס די "וועד הדירות" וועט זאגען פריוואט, איז נישט געניג פאר די מענטשען וואס ווילען וויסען די צד השני למטבע, אין עס איז אין די אינטרעסע פין דער עולם צי הערען אויך פין אנדערע קוועלער, בפרט ווען עס איז דא אסאך קשיות וואס זענען נאך געבליבען אן א ענטפער, ווי צבש. די "וועד הדירות" גייט שוין אן מער ווי 3 חדשים, אין קיינער ווייסט נאך אלץ נישט ווער איז די "וועד" (חוץ פין די איינגעשטעלטע וואס באקימען באצאלט)? אין אזוי אויך ווער נעמט אחריות אויף די "וועד", (רבנים, עסקנים, אנשים חשובים)?
|
|
|
|
|