ליפא: ווען די עסקנים ווייסן וואס טוט זיך
אין אן אינטערוויוא מיט א געוויסע מאגאזין האט ליפא בתוך הדברים ווען ער האט ארומגערעדט פון א ניגון וואס איז ארומגערינען אין אלע וועבזייטלעך "wake up" (וואס איז אביסל איבערגעמאכט אויפן נייעם טעיפ), האט ער געזאגט אז לויט וויפיל ער האט צוריקגעהערט פון מענטשן וואס האבן געהערט דעם ליד, זעט ער אז מענטשן זענען היפש מער אויפן נעט פון וויפיל מען קען זיך פארשטעלן, און וואלטן ווען די עסקנים געוואוסט וואס עס טוט זיך דא אפ, וואלטן זיי אים געבעטן ער זאל מאכן א פארברענגען יעדע וואך און ארויסגעבן טעיפס און סידיס אז ס'זאל גיין א רויעך. אנשטאט וואס מען זאל קריכן אין אומריינע מקומות, זאל מען האבן ענטערטעינמענט על טהרת הקודש.
אין אנדערע נייעס הער איך אז ער גייט זיך פעסט אריינלייגן אין פרישע קאנצערטן נאכדעם וואס ער איז געפערליך אויפגערעגט אז אנשטאט וואס ער האט געמיינט אז די רבנים וואס זענען ארויסגעקומען דערקעגן האבן געהערט אן אמת'ער באריכט איבער די געפערליכע זנות וואס קומט ארויס פון דעם וואס ער טרעט אויף און ווי ער קומט אן ווערן אלע פארזאמעלטע אויטאמאטיש אויס-אידן, און די אקסנים האבן געמיינט ה' ותורתו, ווערט ער גאר געוואויר אז מען האט געוויזן פאר די רבנים זאגאר פאלשע קליפס און בילדער פון געמישטע און אויסגעלאסענע מענער און פרויען, וואס האט גארנישט געהאט מיט אים צוטאן, און דאס איז שוין אומדערהערט, דעריבער גייט ער זיך אריינלייגן און ארויסהעלפן אידן זאלן צוקומען צו כשר'ע אונטערהאלטונגען.
אויך אין דעם פריערדיגן אינטערוויו האט ער טאקע געזאגט אז ער וועט שוין טרעפן א דריי פיר גדולים וואס וועלן מסכים זיין איבער די וויכטיגקייט פון מאכן אזעלכע כשר'ע קאנצערטן.
ונזכה ונחי' ונראה מה יהיה חלומותיו.
תוקן על ידי הערשעל ב- 16/06/2008 19:24:41
 |
|
|