[לחיבת הקודש.. וועל איך יעצט דא אראפברענגען א לעצטיגע ארטיקל, אנשטאט די פון ווינטער, און די ערשטע וועלן נאכפאלגען, אם ירצה השם ית'.]
דאס יאר יו''ט שבועות תשס''ח, האב איך מיך פארצייכענט אינעם זכרונות ביכל, אלץ א איבערלעבעניש..
לאוו דווקא די היצן, וואס קוקט אויס אז אן דעם איז קיין קבלת התורה נישט פארהאנען, מ'מוז שוויצען פאר אפאר לוחות.. נו, אשרי מי ש'שוויצען שלו איז פאר תורה..
און ווי מאגנעטן האב איך הארט ביים זמן כניסת היום, זיך אריינגעשארט אינעם שוהל'כל, ווייל אז מ'קען אטעמען קהל'ס עירקאנדישאן, וואס עפעס זאל איך אנצינדען יעצט מיינע.. [האט געזאגט מיין קארגע באלעבאס..] און איך פון אויפרעגעניש אויפן דעת בעל הבית, און 'ליבשאפט' צו זיצן אין שוהל... האב איך זיך פיין איינגעארדענט אין א קרעמעלע דארט, ווי חכמים און נאראנים האבען זיך אין א אחדות צוזאמגעפלאכטן, אינעם טעמע וואס האט נישט קיין עק און קיין סוף..
נאר וואס, גייענדיג אין שוהל, באמערק איך עפעס עטליכע ביימער ביי יאנקעל'ס פאדערשטע איינגאנג.. וואס איז דאס?.. איך קען דאך די ביימער נאך פון אלץ קינד.. זיי באלאנגען נישט אין פארענט לצד פני השמש.. זיי זענען דאך געווען געראטענע ביימער אין בעק-גארטן פון פון.. פון.. יא, פון מיין זיידענ'ס הויז..
הע, נישט מיר נישט דיר, מ'האט זיי פשוט עוקר מן השורש געווען, און דערמיט געשאנקען דעם באשעפער לכבוד שבועות א מתנה.. ביימער!!!!!
כ'וויל שרייען גניבה.. אבער די שוין פארטריקענטע בלעטער [טייטש אז מ'האט זיי שוין בא'גנב'עט אפאר טעג פריער] קריצען מיט די ציין, ווי איינער זאגט, יעצט קומ'סטע.. ס'שוין דערנאך..
שבועות איז געווען שבועות, תיקון און אקדמות איז געווען ווי פארגעשריבן אין מחזור.. אויכעט רות האט זיך פריש מגייר געווען ווי איינגעפירט אלע יארן..
נאר נאך עפעס איז געבליבן טראדיציאנעל.. דאס איז מיין באבעס טשיז קעיק..
זייטס מיר נישט מקנא.. ווייל מיט אזא טשיז קעיק וואלט איך ווען געבליבן זאגען נאך זיבן תיקונים, נאך אפאר מגילות, און יוצרות וויפיל ס'פארלאנגט זיך, איידער צו דארפן עסן 'אנגעליינט' דער ווייסע האליגע טשיז קעיק בלע''ז..
הע, די קראסט פון אונטען, איז סתם צעריבענע 'בעיבי פינגער'ס.. יא יא.. שיריים פון פסח.. נאך א מזל - זאגט די וועלט - אז מ'מוז אלעס ארויסווארפן פון פריזער איידער בדיקת חמץ, ווייל ווען נישט, וואלט איך געגעסן די זויערע מילעך פון די חנוכה פארטי, יעצט ביים שבועות קרעפל..
די טשיז איז זי מקפיד אליין איינצו'זויערן.. צוליב א חשש פון קיטניות מסתמא.. ווייל קיין טעם חמץ האט דאס זעכער נישט.. פון שאור יא.. אבער נישט פונעם היינטיגער דור חמץ..
הכלל, ס'זיצט זיידי און באבי, און באוואונדערן די 'פעסטע' רעסעפי, וואס באבי האט ארויסגעראטעוועט פון לאגער.. [מסתמא דארט איז עס זויער געווארן.. ס'גיסט זעך לעקוואר און 'בל תשחית-בלובעריס..' פון די לעפצן פון זיידי באבי, כמעט ווי די קרבן פסח - פעט פון די צדיקים און חסידים'ס מיילער..
און דארט שטייט מנשה ביים גארביטש קען, און טוהט בצנעה אויסשפייען די ביטערע האליגע 'געזייערטע'.. אפווישענדיג דאס מויל מיט א בלינצעלע.. וואס די איבריגע געשוויסטער האבען שוין ביים פרימארגן קידוש איינגעשפיגען - דארט דערנעבן אינעם אפ'פאל קאסטן..
שוין, איז דאך שוין ליבערשט א היינטיג שטיקל 'איטשע קרעמער' [אייז-קרעם] איידער פלוימען מיט הערינג פון הודא נאנאש.. דאס לעק איך טאקע יעצט..
תוקן על ידי געדאנקן ב- 19/06/2008 14:58:05