בית פורומים מנשה לוסטיג

אוי מיין האנטוך..!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2008 05:14 לינק ישיר 
אוי מיין האנטוך..!

יא! היינט האב איך עס געמאכט.. שרייעט ער מיט גרויס ניצחון.
גייט נישט איבער קיין טאג, וואס א טאג?! נישט איינמאל.. וואס מ'כאפט מיר נישט אוועק דעם האנטוך, דעם פיינעם שיינעם 'געלונגענע' ריינע 'גאנצע' גענוג גרויסע.. דיקע געשמאקע האנטוך - וואס כ'גרייט מיך אן ביים גיין אין מקוה אריין, און ווי ס'פאסט און געפירט לייג איך עס אוועק הארט צופיסענס פון די מקוה טרעפן.

ס'דאך מיינס, כ'האב באצאלט.. כ'האב עפעס באזונדער געקליבן דעם 'אתרוג' צווישן די הויפען לעכערדיגע שמאטעס, כדי כ'זאל קענען מסיים זיין דעם מקוה פראצעס מיט אלע כוונות..
-
אבער ווי דער טייוועל וואס טרעט מיר אונטער די פיס.. ווען איך גיי, פארטאגס מיטאג פארנאכטס.. אייביג כאפט ער מיר עס אוועק פונעם ארט, און איך דארף מיר גיין א שפאן.. בעדי עדיים צום ריזן האנטוך אנווארף, און זיך קלייבן א 'צודאקעל' אויפן לייב..
די כעס ברענט מיר.. שוין נאך די הייליגע כוונות וואס כ'האב מכוון געווען, פארזוימענדיג ווי די חסידים הראשונים א שעה אחת אין שויער.. אינעם פרימארגן געשפרעך - וואס ווערט נתחדש און וואס מ'איז אלץ נאר משיג אין מקוה..

קוים זיך ארויסגעשלעפט פונעם הייס קרילעדיגער בור, און זיך אריינגעפלאטשקעט אינעם קאלטן באסיין. שוין געכאפט דעם אטעם - מיט אלע הייליגע כוונות.. אבער דאס כעס ברענט און היצט מיך ווידער אן.. ''ווי איז מיין האנטוך?? דו גנב רויבער שווינדלער אומ'מענטש, אמ אמ אמ כ'ווייסנישט וואס דו ג-נ=ב..
ווי ווייסטו ווען איך גיי אין מקוה..? הייסט עס - דו וואקסט מיר אונטער די שאטען? דו ביסט מיר עפעס א רואה ואינו נראה, די ארבעטסט עפעס פאר א אונטער'גרופע וואס וויל מיך אויפרעגן? עפעס א שיטה לא נודע למי..
אדער גאר טיילן ענק זיך איין אין משמורות.. און יעדעס מאל כאפט עס א צווייטע גאנעב..??
אבער היינט! לא פסיק חייכא מפימי כל היום.. וואס איז? היינט האב איך עס געכאפט פאראויס.. הע הע.. זארג נישט, מנשה שפירט שוין נאך דיינע טריט..!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > אוי מיין האנטוך..!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext