בית פורומים מנשה לוסטיג

אביסעלע שוץ פון די גרויסע היץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2008 23:30 לינק ישיר 
אביסעלע שוץ פון די גרויסע היץ

א שטייגער, ס'איז זומער! אהה.. נישט סתם זומער.. ס'קאכט א היץ אויף די העכסטע גראד! ס'ממש שווער דעם אטעם שעפן.. אבער וואס קען מען דען טוהן, אם צמא למים גייט מען לערנען.. נישט אזוי?!
נו קלייבט זיך א יודעלע אריין אין שוהלכ'ל, און אההה!!! א געשמאקע קלימאט קומט עהם אקעגן.. די עירקאנדישאן קילט אן די ביינער און אטעם, ממש א מחי'.. כמים קרים על נפש עייפה.
א מחי'! נאכ-א-מזל ס'דא א מצוה צו לערנען אין שוהל...
איינער זינגט זיך א לידעלע, צמאה לך נפשי.. כמה לך בשרי.. זאג איך עהם, אויב ער איז דארשטעריג קען איך עהם ברענגען א גלעזל קאלט וואסער..!?
ניין, זאג ער, כן בקודש חזיתיך.. נאר אין ביהמ''ד בין איך צעפרידן.. יא אוודאי ווייל דא איז דא עירקאנדישאן.. ס'דאך א מחי' צו וועלן זוימען דא א שעה אחת לפני התפילה, ושעה אחת לאחר התפילה, און דאס גאנצע דאווענען פארברענגען ביז די שפעטע שעות.. ווי די חסידים 'הראשונים'.. וואס דען??..
אוי א רחמנות אויף די נצרכים וואס דארפן נעבעך ארבעטן.. כ'רעדט שוין נישט דער וואס דארף ארומלויפן אויפן גאס, דארט איז דאך סתם א קרילעדיגער באק-אויווען..
כ'גלייב אז אין אזעלכע שווערע היצן, איז נישטא קיינער וואס ס'שמעקט עהם זיך צו ביקן צום זין.. אזא פלאגעניש און יאגעניש..
אבער נאך איידער איך ענדיג קלערן און שפעקעלירן מיינע הוילע פאנטאזיעס.
טראךךךךךךךךךךךךךך
ברעכט אויס א מאוימ'דיגער שרעקעדיגער דינער.. וואס מאכט גלייך הערצער...! און דערנאך לאזט זיך אראפ'מבול'ען א גאס - רעגן אזאנס און אזעלכעס - אז נאר!!
שוין! האב מיר דאך געשמועסט אז רעגן אין איי"ר איז נישט קיין קליינע סגולה.. ספעציעל ווען איר רעדט צו מיר.. איך בין נישט קיין קליינע רעגן ליבהאבער.. אזונדער אקעגן די שווערע היצן.

- און דא איז נישט סתם א שפיי, א לעק, א גלעט.. ניין, אזא רעגן אז ס'מᤞרכעט! ס'פארפלייצט אלע ווינקלען. אט זעה איך פונעם פענסטער, א קליינעם 'מאויקאש' ווי ער ספראוועט זיך מיטן רעגן.. און פראבירט צו טרעפן שיץ - אונטער כאטש וועלכע באדינגונג..
ס'דונערט און ס'בליצט! אז ס'גייט א פארע..
ווי דער כביכול וואלט ווען מיר אפגע'ענפערט, וואס מיינסטו וואס, ורחמיו על כל מעשיו איז עפעס סתם א הפטורה..? איך טוה פארגיטיגן יעדעס באשעפעניש, אפילו ער דאווענט מיר נישט 24 – 7, אז ס'איז הייס, געב איך רעגן.. אז ס'איז שוין טא-מאטש! אה.. ס'שיינט שוין ווידער די זוהן.. און ווידער עולם כמנהגו נוהג.. נאך עטליכע 'הייסע מינוטן' איז שוין ווידער טרוקען די געסעלעך.. ולא נודע כי באו קִרבֶנָה, אז ס'קיין זכר פון קיין רעגן נישט פארהאנען.
ס'גארנישט..
-
ווי איינער זאגט, כ'האב געוואלט מודיע זיין, אז אין הימעל זיצט מען נישט אויף פענסיע.. ס'לעבט זיך טאקע אינעם עולם הזה ביזנעס, אבער די בעסטע בוק-קיפער, דער באשעפער, ער געבט צומאל א גשמי ברכה'לע, מ'זאל עהם א ברכה געבן און די בריאה אויפלעבן..
מנשה'לע זיצט אינעם גמרא, און וויל נישט וויסן פון היצן און קעלט.. מיט איין האנט אויפן גמרא, האלט מען דעם שיעור אצינדער אויף פאזע.. און מ'שפרידעלט גוטע ווערטער פאר כל דיצריך ודיכפין.. אבער נאוי מאנקי ביזנעס, גענוג געפלאפערט..
צוריק צום לערנען..!

ס'רעגנט שוין נאכאמאל... שוין ווידער טרוקען, און די זוהן שיינט.. הע! ס'רעגענט שוין צום פינפטן מאל.. אה! ס'שוין צוריק טרוקען..



תוקן על ידי געדאנקן ב- 19/06/2008 23:53:52




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > אביסעלע שוץ פון די גרויסע היץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext