בית פורומים מנשה לוסטיג

מהיכי תיתי, מיין קראגען איז פארדרייעט?..

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2008 20:48 לינק ישיר 
מהיכי תיתי, מיין קראגען איז פארדרייעט?..

א גוט יאר טייערע ברודער

אזויווי איך האב דאך – אזויווי יעדע באשעפעניש, געוויסע מיחושים און נערוועזקייטן – אויף זאכן וואס 'אנדערע' טוהן.. פיל איך א פליכט עס ארויסצורעדן צום ציבור, יראה העם וישפוט!

א שטייגער, איך גיי מיר אין שוהל'כל, זעה איך צייטליך, ווי איינער לויפט איינעם נאך. זאלט איר נישט מיינען אז דער קבצן לויפט נאך דעם קמצן.. ניין! פארקערט א שיינער 'געביגעלטער' רבי יוד מיינס, לויפט נאך א שלא בכוונה'דיגער דורכגייער..

וואס וויל ער? אייער קראגען.. אייער קאלנער איז פארדרייעט..

מהיכי תיתי.. אויך א עבירה צו א אבק היפוך צניעות..? אפשר גניבה, קמצנות, העכסטנס 'פורש מן הציבור'..

אויך נישט דאס? וואס דען!?

כ'קען נישט פארשטיין, אויב ס'גייט יענעם טאקע בנפשו, אז דער יודעלע גייט מיט פארדרייעטע קראגען, דאס טייטש אז ער איז מרגיש יענעמ'ס פראבלעמען.. נו ווי איז ער ווען מ'דארף נישט צופיל מרגיש זיין, נאר פארשטיין און געבן..? בעסער אמאל פארשטיין, און נישט געבן - עצות.. נאר הילף..!??

זייער א גוטע קשיא, און ס'פיט מיר שוין נישט צווישען די מה נשתנה קישענעס אזויפיל אומ'פארענטפערטע קשיות..

און כ'מיין אז כ'האב די תירוץ אין אפיקומן זעקל.. ער איז פשוט משוגע לאותו דבר.. ער זעט יענעמ'ס קראגען פארדרייעט, מיינט ער אז ער דארף אויסגלייכן יענעמ'ס קראגען.. און צומאל יענעמ'ס שכל..

אבער א פרוטה לפורטה? ניט איך.. כ'טוה ניט אין הלוואות, איך קען דען טיילען יומם ולילה? כ'בין דען א מלאך?..

ניין ביזט א עושר! און אויב די קענסט נישט טיילן יומם ולילה, דינג דיר צו א עבד זאל טיילען אנשטאט דיר.. און ווער איז דען פטור פון געבן יודען אויף בארג?..

 

אונטערשטע שורה, טאמער טרעפט איר מיך אמאל מיט פארדרייעטע קראגען, טוהט מיר א טובה, און העלפט מיר אויף א בעסערע אופן בדרך כבוד..

- זאגטס מיר בעסער א גוט ווארט! איידער מיט וואס איך בין קרום און פארדרייעט.. מיט נישטיגע טפילות.

לאמיר זיך נישט דערצערענען.. און כ'מיין אז דאס איז גראדע יא געווען א היבש גוט ווארט..

איז זייט מיר א גוטע פריינד ווען איך זיך אייך.. און א גוטן תמיד פאר אלע.

מנשה מיט זיינע מחשבות..




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > מהיכי תיתי, מיין קראגען איז פארדרייעט?..
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext