בית פורומים מנשה לוסטיג

כ'האב א ביפ!! ביי ביי..

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2008 21:00 לינק ישיר 
כ'האב א ביפ!! ביי ביי..

כ'ווארט שוין קוים אויף דעם געלעגנהייט, ארויפצוברענגען דעם טעמע, וואס שטערט מיך שוין פון אייביג אן, ווי איינער מיט א אריינגעוואקסענעם נאגעל – טרעטן אלע 'דווקא' דערויף.. אזוי אויך עפעס פונקט מיר שטערט עס דאס מערסטע, ווען איך ווער ממש רואינירט דערפון.

דער טעמע הייסט, 'הנכנס לתוך דברי חברו', וואס ווער ס'קען מיך, ווייסט שוין פון לאנג אז דאס גייט מיר גלייך צום אויפרעגעניש ווייער..

כ'האלט אינמיטן א זאפטיגער, אינטימליכער, היימישער – וואס נאך זאל איך זאגען – 'פריוואטע' שמועס, און פלוצלינג ווי א בייזער ווינט, דערהער איך אז מיין חבר הארכט אויס א צווייטן.. וואס האט 'נאטורליך' אריינגעהאקט!

אזא בייזער ווינט טרעפט זיך זייער אפט.. א דבר יום ביומו וואס ווערט שוין א סארט בריאה צווישן דעם אלגעמיינעם געפירעכטץ.

וואס איז דאס?.. פרעג איך 'אריין' אין 'זייער' שמועס.. כ'האלט דאך אינמיטן רעדן מיט איינעם???

אה! – זאגט יענער, אנטשולדיגט!! כ'האב אייך געלאזט הענגען.. ס'געווען א ביפ!

 

קודם כל איז דאס טאקע פונקט אזוי קרום ווי יעדע ביפ, וואס דער ערשטער קען גאנץ געווענליך פארגעסן פון פארזעצן זיין געשפרעך מיט זיין חבר לכתחילה, ווייל... כ'האב א ביפ! דער הייליגער ביפ איז דוחה אלעס אלעס..

איי דער משנה זאגט, אז איינע פון די 'שבעה דברים בגולם', איז טאקע 'הנכנס לתוך דברי חברו'.. מאכט נישט אויס! יעדער טוהט אזוי.. און מיט איין צינישער שמייכל איז די זאך פארווישט..

און איך עס מיך אבר מן החי.. קענסט האקען בארן.. יענער איז אויף א ביפ..

יא! ס'נישט ממש פארפאלן, האסט א עצה, קענסט אויכעט יענעם אריינביפן.. ווידער אריינהאקן אינעם שמועס, אולי יש תקוה.. אפשר וועסטו זיך קענען מיטכאפן מיטן ענין.

אבער דער ערשטער שמועס איז געענדיגט!

היתכן? ווי איז דאס התנהגות כבוד זל''ז, כבוד הבריות, יושר, שבעה דברים בחכם.. [וואס אין אזא פאל בין איך גאר דער גולם – אז ס'רעגט מיך אויף..] אבער אויסער ניצן א פארביסענעם ליפן.. איז עולם כמנהגו נוהג..

מנשה רעגט דיך.. און זיי שמועסן ווייטער! פאטשט מיר דער מציאות אין פנים.

דער אמת וועל איך זאגען – און נישט לייקענען, איך פארמאג אויכעט א ביפ אויף מיינע קלונג אפאראטן, און איך קאן אויכעט איבערהאקן א געשפרעך – ווען עס פעלט זיך אויס. אבער מיט יושר!

ס'נישט קיין עוולה צוזאגען דעם שמועס-חבר, אנטשולדיגט! איך האב א טעלעפאן קאל, א ביפ, און כ'האףב ביז א גאר קורצע מאמענט צוזיין צוריק מיט דיר..

- א מינוט לאמיר הערן וואס [דער לייכטזיניגער שבעה דברים בגולם'דיגער] גרונים האט מיר מחדש צוזיין, און כ'קום שוין צוריק צו אונזער געשפרעך..

- אפילו אונזער שמועס איז שטותים, און די ווילסט אפי' גאר וויכטיג.. בין איך דען דער 'עמערדזשענסי נאמבער'? אויב יא, ביסטו גערעכט. אבער אויב נישט, טוה דיר גוט אויסשנאצען די נעזל, און הולך לדרכך לשלום, העכסטנס ווארט אין די רייהע, א מענטש רעדט מיט א צווייטער מענטשליכער מענטש.

 

איין זאך באדאנק איך אייך טייערע לייענער, אז איר האט מיר כאטש נישט איבערגעהאקט!..

היינט זאגט מען שוין א יישר כוחכם אויף דעם אויכעט..

זייט געזונט, און שמייכעלט ווייטער.. אבער נישט אויף יענעמ'ס ווייטאגליכער נאגעל..

   אנגענעמער פרידליכע געשפרעכן..

וואונטשט: מנשה לוסטיג  [איר קענט שוין צוריקגיין צום פריערדיגן שמועס..]




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > כ'האב א ביפ!! ביי ביי..
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext