|
|
| נשלח ב-1/7/2008 07:38 |
|
| |
איך זעי די האסט אויסגעמעקט דיין לעצטע תגובה איך וויל דיר נאר זאגען זיין יעצטיגע איז שוין גאלד קעגן די פריערדיגע,
ער רעדט פון א פין נאר ווייל ער האט שוין אביסעל מורא פון לעגאלע שריט וד"ל. ער זיכט נישט אויפצוטון נאר מחטיא צו זיין וואס מער אומשילדיגע קינדער,
ער איז פונקט ווי מפלעגט זאגען ביי די פראטעסטען דארט איז דא א טראק אייער קיינער זאל נישט ווארפען וד"ל. דא האסטו איינע פון די אשכולות איבער דעם מנובל
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2428819&forum_id=16386 קענסט אויך רופען 2068889439
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2008 05:58 |
|
| |
כ'האב היינט געהערט דעם משוגענעם צום ערשטן מאל וועלנדיג זען במה הכתוב מדבר. וואס זאל איך ענק זאגן? דער איד איז א חולה מסוכן, איך זאג ענק. כ'האב שוין אזא משוגענעם נישט געהערט פאר לאנגע יארן.
און דאס איז שוין חוץ זיין נארישע עם הארצות אפילו אין וועלטליכע ענינים וואס פלונימבפ האט שוין געברענגט, וואס ווייזט אז ער הייבט אפילו נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. עס האנדלט זיך פון א מענטש וואס איז א פשוט'ער מנובל, א חזיר אדער ווי מען זאגט אין ענגליש פּערווערט, איינער וואס האט גאר קראנקע תאוות און ער גיט זיך אויס אויף גאר קראנקע וועגן. אין אונזער פאל, דורך מכשיל זיין הונדערטער בחור'לעך און יונגלעך. דאס גיט אים "ריליף" און מאכט אים שפירן גוט.
די פראבלעם איז נישט מיט אונז יונגעלייט און בעלי בתים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש הערט אים נישט אויס. די פראבלעם איז דווקא מיט די יונגלעך און בחורלעך וואס זיי הערן אים יא אויס. ווער ווייסט וויפיל נשמות דער קראנקער מענטש האט שוין חרוב געמאכט.
לאמיך נאר צוגעבן צו פלוני מיט'ן שרייבן פון וואספארא ליידיגן אומוויסנדן קאפ ס'רעדט זיך. ממש א שטאקיגן עם הארץ.
ער זאגט דארט אז דער מעיאר פון ניו ארלינס און גאווערנאר פון לואיזיאנא האבן פארלוירן די עלעקשאנס צוליב דעם צונאמי... און אויף דעם בויט ער א גאנצע מעשה פתום ורעמסס, וויאזוי זיי האבן זיך פרובירט צו פארענטפערן אבער ס'איז זיי נישט געגאנגען. יעדער איינער וואס קען אבער אביסל פאליטיק ווייסט אז דער מעיאר פון ניו ארלינס האט יא געוואונען ווידערערוויילונג און דער גאווערנאר פון לואיזיאנא איז ניטאמאל געלאפן פאר נאך א טערמין אז ער זאל קענען פארלירן, און פון די אנדערע זייט האט זשוליאני צו וועמען ער פארגלייכט זיך גאר פארלוירן זייער מיאוס. (וואס דא לייגט ער צו זיין עם הארצות אז זשוליאני איז געלאפן קעגן אן אשה און אן עבד...)
ער מישט אויס צווישן קאטש און זשוליאני, און איז נישט זיכער ווען די טווין טאוערס זענען "אומגעברענגט" געווארן, אין 991' אדער אין 01' ,און אויך ווייסט ער נישט וועלכער מעיאר ס'האט קעיר גענומען דערפון.
די גרעסטע דזשאוק איז נאך דאס וואס ער זאגט אז די דראג דילערס האבן שוין ארויסגעגעבן א "קאנטראקט" אויף אים (דאס מיינט אז זיי האבן געדינגען איינעם אים אפצורוימען פון וועג) ווייל זייט ער האט אויפגעדעקט אז 30 פראצענט בחורים זענען דראג באנוצערס מאכן זיי מער נישט געלט. כא כא כא. און איינער וואונדערט זיך נאך אפילו צי זיינע מעשיות זענען אמת? מען האט דא צו טאן מיט א ווילדן משוגענעם, ממש א קראנקער בעל דמיון פון עקסטרעמסטן סארט.
אן אנדערע צודרייטע ליגנט וואס האט מיך געמאכט לאכן איז דאס וואס ער האט געזאגט אז א סייקאלעדזשיסט האט אים געזאגט אז איינער פון זיבן היימישע קינדער ווערן מאלעסטעד און ס'מוז זיין אז יענער סייקאלעדזשיסט זאגט אים אמת ווייל אויב זאגט ער ליגנט גייט ער פארלירן זיין לייסענס,ווייל דאס איז די געזעץ אז א סייקאלעדזשיסט וואס זאגט ליגנט פאר א מענטש פארלירט זיין לייסענס. איך זאג ענק, א גרעסערער משוגענעם ווי דעם מענטש האב איך נאכנישט געזען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2008 09:09 |
|
| |
עס איז דא א דעווייס וואס מען קען ארויפלייגן דארט וואו מען פלאגט איין דעם טעלעפאן, עס קוקט אויס גענוי ווי א פלעינער פאון-זשעק. די פראדוקט הייסט T-LOCK וואס טוט רעסטריקטן ארויסגייענדע קאלס. עס קומט פרי-אינסטולירט מיט די סארט 900 נומערן וכדו', אבער מען קען אויך אליינס פראגרעמען כפי הצורך.
מען קען עס באקומען אויף די 'נעט פאר בערך 75 דאלער. דא האט איר איין סטאר וואס פארקויפט עס, איך נעם נישט קיין אחריות אויב ס'וועט טאקע ארבעטן פאר דעם צוועק.
http://hiq.stores.yahoo.net/tlocteloutca.html
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2008 22:48 |
|
| |
יא נחום, אונז וויל מיר בעסער ווערן געפירט דורך די קאראפטיד רבנים, ווי איידער צו ווערן געפירט דורך א צורידערטן משוגענעם נחום ראזענבערג.
און ב"ה לא אלמן ישראל, די רבנים און עסקנים טוהן גראדע יא גאר אסאך אין די אלע ענינים, און בסייתא דשמיא זענען זיי גאר שטארק מצליח. די ביסט טאקע נישט מצליח, ווייל א בעל גאוה און א מנוול קען קיין סייעתא דשמיא נישט האבן.
און דאס פארשטיי איך בכלל נישט וואס די רעדסט וועגן די מלמדים, איך האב אויך געהאט צענדליגע מלמדים און קיינער האט מיר נישט צוגערירט, און אזוי קענען אויך מעיד זיין טויזנטער און טויזנטער קינדער, דריי נישט קיין קאפ, ווען א מנהל ווייסט פון אזא פאל ווארפט ער גראד ארויס דעם מלמד, נאר ווייל ס'איז געווען איינס אדער צוויי מעשה'ס מיינט נאך נישט אז יעדער מלמד טוט דאס. ב"ה מ'האט ארויסגעווארפן די מלמדים, נישט ווייל דער הייליגער נחום ראזענבערג האט אזוי געהייסן. און פוק חזי וואס ס'טוט זיך אין די גוי'אישע סקולס דארט איז עס טאקע אמת אז איינס פון זיבן ווערן מאלעסטיד פון זייער טיטשער, אבער ביי אונז אידן ב"ה איז עס אפשר איינס פון אפאר הונדערט וואס ס'געשעהט אזא מעשה מיט זיין מלמד.
גיי צוריק פון ווי די קומסט (משוגעים הויז) און הער אונז אויף משוגע צו מאכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2008 10:57 |
|
| |
דאס אז נחום איז משוגע צום טויט איז נישט קיין פראגע.
די פראגע איז אויב די וועג איז צו איינשטעלן פילטערס, אדער דארפן מיר עפעס בעסערס דערפון? די פילטערס זענען טאקע זייער גוט פאר אייער טעלעפאן אינדערהיים, אבער ווי קען מען וויסן וועלכע נומערן דער בחור רופט פון ישיבה דארט אויפן פאבליק טעלעפאן? עס איז דאך היינט א וועלט ווי יעדע צוויי פיס איז דא א טעלעפאן אדער א סעלפאן. קען מען דען אינסטאלירן פילטערס אויף אלע טעלעפאנען? איז דען נישט גרינגער צו זיך נעמען צום סוער קוואל אליין, ווי איידער מאכן פילטערס? עס איז מיר נישט קיין שאלה וויאזוי ער וואלט באהאנדלט געווארן עטליכע יאר צוריק, און מען ברויך נישט מאריך זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2008 05:35 |
|
| |
ביסט גערעכט טאקע, פאר עטליכע יאר צוריק, וואלט ער שוין נישט געווען ביכולת צו האלטן דרשות.
אמת, אז דאס וואלט זיכער געקומען דורך פארטייען, אבער למאי נפקא מינה, אמאל קומט טעראר אויך צונוץ.
חיים שאולזאן יוכיח.
|
|
|
|
|