ס'זעט מיר נישט אויס אז דאס איז בכלל אמאל געווען א active פורום, עכ"פ ווילאנג איך געדענק, משא"כ אונזער חבר פורום, עצכ"ח אויף עברית וואס איז active ממש יעדע מינוט פון טאג, און ס'איז מיר ממש א תענוג רוחני צוצוקוקען ווי אידען זענען צוזאמען עוסק אין ענינים העומדים ברומו של עולם, און פון דעם זעט מען אז עוד ישראל רד עם קל, ס'איז נאך דא ערליכע אידן וואס ווילן נישט אפלעבן די 70 יאר כמצוות אנשים מלומדה, נאר אריינטראכטן מה ה"א שואל מעמך און דורכדעם צוקומען ליראה את ה"א, און איך ווייס אז צווישן אונז אידיש רעדענדע איז נאך אויך דא א שיינע צאל פון אזעלעכע אידן, ממילא בעט איך כל איש אשר כבוד ה' יקר בעיניו זאל צולייגן א פלייצע און זיך נעמען שרייבן,
ובשם ה' נעשה ונצליח
נשלח ב-25/6/2008 03:08
יא, הונדערט פראצענט גערעכט, עס איז אסאך געשמאקער צו ליינען און שרייבן אין די מאמע לשון 'אידיש'.
נשלח ב-25/6/2008 05:18
צי זאגען אז איך בין גערעכט איז נישט קיין קונץ, לאמיר טון דערצי אויפצולעבן די עצמות יבשות, אין דא מאכן א ווירטאלע ביהמ"ד וואו מ'וועט זיך קענען צאמנעמען און זיך דורכשמועסן אויף "מאמע לשון" ווי די ריפסט עס, ויתקדש ש"ש על ידינו
ובשם ה' נעשה ונצליח
נשלח ב-26/6/2008 01:33
ב"ה איך האב הנאה צי זעהן אז נאך אזוי לאנג שלאפן וועקט מען זיך שוין ענדליך אויף.
חזק חזק ונתחזק!!!
נשלח ב-26/6/2008 01:50
סטראכטער, דו ביסט נאך פון די אלטע חברה וואס פלעגן דא שרייבן אדער ליינען?
אויב יא, אפשר ווייסטו די היסטאריע, וואס איז געשען אז פאר במשך צוויי יאר האט מען אויפגעהערט שרייבן?
יעצט זעהט אויס האבן זיך אויפגעוועקט אפאר מענטשן פין שלאף, אין איך האף אז ס'וועט אנהאלטן.
נשלח ב-26/6/2008 02:08
יא, איך האף אויך אזוי, און יעדער זאל טאקע קומען זיך לאזן הערן, אפילו דער וואס באטראכט זיך נישט אלץ א טראכטער אדער דענקער...
מכל מלמדי השכלתי.
נשלח ב-22/7/2008 05:42
איך שטעל מיך אויך צו צו דעם רוף אז אלע וועלכע פארמאגן עפעס צו זאגן, מוז נישט זיין די אויסגעשפיצסטע געדאנקען, זאלן זיך באטייליגן אין די דיסקוסיעס אויף דעם פארום.
עס איז א בושה אז די מחשבה-פארומס אין ענגליש און עברית זענען אזוי מצליח, און אין אידיש, די שפראך אין וועלכער עס ווערט זייער א סך געשריבן אויף דעם אינטערנעט, איז דערווייל נישט געווען קיין הצלחה.
נשלח ב-22/7/2008 19:43
אה, ברוך הבא, נאך איינער איז אנגעקומען, ממנו ילמדו וכן יעשו.