| נשלח ב-24/6/2008 01:12 |
|
| |
ברעיקינג - איחוד הקהילות מיט א נייע שטעטל
וועד הדירות האט טאקע ארויסגעווארפן די חברה פון איחוד הקהילות, אבער ווי ס'זעט אויס גייט איחוד הקהילות מודיע זיין אין די קומענדיגע וואכן וועגן א נייע שטעטל וואס זיי גייען אהער שטעלן.
ס'שטעלט זיך די פראגע, איז אונזער עולם גרייט אויף "צוויי" נייע שטעטלעך?
גייט "איחוד הקהילות" יעצט שוין אריין אין נקמה?
פרטים יבואו.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 05:12 |
|
| |
ס'איז נישט קיין ספק אז דער עולם איז גרייט אויף מער ווי צוויי נייע שטעטלעך, דער מצב איז שוין פון לאנג אריבער אלע גרעניצן און דער מצב אין וויליאמסבורג און בארא פארק דערהייבט נאך א שיינע פאר שטעטלעך, און ס'וועט נאך אלץ נישט זיין גענוג.
די שאלה איז ענדערש פארקערט, זענען די שטעטלעך גרייט אויפן עולם? דער עיקר פראבלעם פארוואס מענטשן האבן מורא ארויסצוגיין איז צוליב די זארג אז ס'וועט נישט זיין צוגעשטעלט אלעס געהעריג, און דאס וועט עווענטועל פירן ח"ו צום צוזאמענפאל פונעם נייעם ישוב, זייער ווייניג מענטשן זענען גרייט צו זיין די עקספערימענט מייזלעך, ובעיסוואטער יוכיח.
אויב וועט יעדער אדרעסירן די דאזיגע פראבלעמען על צד היותר טוב, וועט דער רבש"ע זיכער העלפן און ביידע וועלן מצליח זיין למעלה מן המשוער.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2008 21:56 |
|
| |
2 נייע שטעטלעך? יעצט איז שוין דא 3, "וועד ההרים והגבעות"
וי אזוי זאגט מען אין ענגליש
WHEN IT RAINS IT POORS
איך האלט אבער אז די אלע שטעטלעך ארבעטען אזוי שלימזלדיג אין מיינען מער זייער אייגענע אינטערעסן ווי די אינטרעס פינעם ציבור אין פארענטפערען נישט די שאלות וואס דער ציבור האט, אין איך האב מורה אז קיינער וועט צים סויף נישט זיין סוקסעספול. הלוואי בין איך מיר טועה.
א לינק פין אן אנדערען פורום ווי מען רעדט שוין ארים פין די ענין, מיט אסאך פרטים.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2428436&forum_id=19802
*-- end content-wrapper *
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 03:51 |
|
| |
א סאטמאר חסיד וואס ציט זיך ארויס פון שטאט קיין אפסטעיט וואלט ענדערש געדארפט גיין קיין קרית יואל!
איך פארשטיי נישט די גאנצע מהפכות מיט די נייע אומגעבוירענע שטעטעליך ווי מענטשען לאזן זיך אריין אין אומזיכערע זאכען אזוי ווי ביי בעיסוואטער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 07:08 |
|
| |
מיר זעט אויס ווי יענע לינק דארט צו "היימישע נייעס" איז סטריקלי קאנקורענץ
ועד הרים וגבעות, הו עווער עס איז, האט אונטערגענומען א קאמפיין צו באגראבן ועד הדירות, הו עווער דער איז
עס איז איין אינוועסטער פארגינט נישט דעם צווייטן, און ווער עס איז אביסל באקאנט, דאס איז די הויפט שטער אין די לעצטערע יארן צו נייע שטעטלעך, איין אינוועסטער פרובירט, קומט אן אנדערער און פארגינט נישט יענעם און שטערט עס
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 15:42 |
|
| |
אפשר זאגסטו מיר פארוואס א סאטמארע חסיד וואלט ענדערש געדארפט גיין אויף ק"י?
גראדע ווייס איך פון גענוג סאטמארע הייסע חסידים וואס גייען פון ק"י קיין וועד הדירות (מידעלטאון - מיניסינג)
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 17:06 |
|
| |
וואספארא פראגע איז דאס?
ס'איז דאך א "סאטמארער שטעטעל" סיי מטעם ר"א און סיי מטעם רז"ל און סיי מטעם ב"י.
ווילן דען נישט אנ"ש פון אלע צדדים מחזק זיין זייער צד? ווי איך הער בדרך כלל פעלט נישט פון גארנישט דארטן ב"ה יעדער איז זייער העפי פון אלע צדדים. ס'איז נאך עניטיים אזוי שיין צוגעשטעלט ווי אלע אנדערע מקומות הן ברוחניות און הן בגשמיות. קארעקט מי איף איים ראנג.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 17:25 |
|
| |
"וואן סטאפ קאושער" מיט "הצלחה" און סענטראל מארקעט" האבען א מחלוקת? ניין, ס'איז ריין קאמפעטישען
ס'זעט בכלל נישט אויס ווי קיין מחלוקת, פונקט ווי צוויי פלייש געשעפטען און שיך סטארס, איינער גלייכט מידעלטאון, איינער קרית יואל און איינער די מאונטענס, ס'איז דא גענוג א גוריסע פארלאנג אנצופילען אלע, זאלען אלע מצליח זיין געזונטערהייט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 17:38 |
|
| |
איך גלייך זייער שטארק ק"י,
איך גלייך אבער אויך צו ואוינען אין א הויז (נישט קיין דירה) ווי איך און נאר איך אליין בין בעה"ב, ווען איך באקום א גראסערי ארדער אדער ווען איך לייג ארויס מיין גארבידזש זאל מיין שכן קענען דורכוואקען, און די זעלבע פארקערט, ווען מיין שכן מאכט עקפלענט פארמאדזשאם (וואס איך קען צופאל נישט ליידען די גערוך) זאל איך עס נישט דארפען שמעקן.
און א לוקסוס אין ק"י קאסט אפ א הון תועפות, און דא ביי די וועד הדירות באקום איך עס פאר א פרייז וואס איך קען ב"ה עפארדען.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 21:56 |
|
| |
גוט געזאגט מעדאו, רוצה אדם בקב שלו, א מענטש לעבט זיך אויף זיין אייגענע נחלה מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת, דארף מען נישט זיצען ווי הערינג איינער איבערען צווייטענס קאפ, ווען א קינד וויינט, וויס מען נישט צו ס'איז אייגענס צו א שכנ'ס, שוין צייט דער עולם זאל זיך נעמען און טון צו דערזאך און גיין בויען נייע שטעטלעך, עלו והצליחו
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2008 00:42 |
|
| |
מיר האט די גאנצע "וועד הדירות" נישט געפאלען נאך פין אנהייב, עס איז שוין אריבער 4 חדשים וואס מען רעדט פין זיי, אין קיינער ווייסט נאכנישט ווער איז דאס די "וועד"?
ווער שטייט אינטער דעם? ווער נעמט זיך אינטער צי ספענדן די נוטיגע געלט צי קענען פייטען די אלע לעגאלע פראבלעמען וואס קענען איטערקימען? ווער נעמט זיך אינטער צי ארבעטען אוועק צי שטעלען אן אייגענע ווילידז וכו' וואס מען זאגט אז דאס איז די פלאן? אפשר רעדט זיך דא פין אידען וואס זיכען פטור צי ווערען פין א דיוולאפמענט וואס אין די אלגעמיינער וועלט איז יעצט נישטא קיין קונים, אין זיי זיכן פטור צי ווערען אין ראטעווען זייער געלט מיטן פארקויפען די דיוולאפמענט פארן עולם, אין האבן בכלל נישט קיין פלאן אויף ווייטער (אדער נאר א האלבע פלאן, נאר אויב עס וועט גיין גלאטיג)?
די זעלבע מיט די נייע "וועד ההרים והגבעות" ווער איז די וועד? ווער שטייט אינטער דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2008 02:02 |
|
| |
דא וועסטו טרעפן ענטפערס צו רוב פון דיינע פראגען,
אז די האסט נאך קשיות וואלט ראטזאם געווען אז די זאלסט אריבערגיין צו די אפיס פון די וועד הדירות און זיי וועלן דיר אלעס ענטפערן בסבר פנים יפות
אויב ווילסטו דווקא דא עס דורכשמועסען אדרבא שעם דיך נישט צו פרעגן איך וועל דיר טרייען צו ענטפערן אויף אלעם, לויט וויפיל מיין צייט ערלויבט מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2008 00:59 |
|
| |
ארבעט זיך אויס פארוועם?
* ער מאכט נישט זיין געלט, ווען די דיוועלאופר וועט מקיים זיין אלעס וואס ער זאגט צי.
** זיין בונוס ווענט זיך נישט, אויב די ת"ת וועט האבען פין ווי זיך אויסציהאלטען צי נישט.
ארבעט זיך אויס מיינט, אויב עס ארבעט זיך אויס פאר די דיוולאופרס וואס זענען סטאק מיט די פראפערטי אין אויב עס וועט עם געלינגען זיי אויס צי לייזען דורכן פארקויפן די הייזער פאר חרדישן ציבור אין זיכר מאכן אז דער עולם וועט סיינען די קאנטראקטען אין דערנאך אויך קלאזען, דאן וועט ער באקימען זיין בונוס.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2008 01:15 |
|
| |
נישט צו גלייבען ווי נעגעטיוו מענטשען קענען זיין, אפשר זאל מען ארויס קראצען אלע מורא'דיגע בענעפיטס וואס מ'גייט האבען ווען די נייע ישוב גייט זיך אויסארבעטען?
180 משפחות (מיט וואס מ'גייט אנהייבען) איז גענוג אויפצוהאלטען פולע מוסדות מיט איבער געפילטע קלאסען, און גענוג צו אויפהאלטען די נויטיגע סטארס פאר די יישוב, און גענוג פאר אפאר בתי מדרשים, בפרט אז שפעטער גייט מען בויען נאך און נאך הייזער וועט די סטארס און מוסדות האבען א גרויסע הצלחה, אפילו אויב די בעלי בתים וועלען פלעין "אוועק וואקען" און איבערלאזען די מוסדות מיט די סטארס פאר די איינוואוינערס, איז קיין שום פראבלעם, ווייל דאס פארט שוין פון זיך מיט אזא ציבור איינמאל מ'וואוינט שוין דארטען
|
|
|
|
|