א גוטען טאג און א בעסערן.. טייערע ברודער הע''י.
ווי איך זעה, האבען זיך צוגעכאפט נאך א היבשע צאל לייענער, צו מיינע מאמרים.
- ובכן, ברויך איך שוין אביסל מער אכטונג געבן, מיט וואספארא טינט און שפראך איך וועל ארויסגעבן את אשר בלבבי, און דער קולמוס הלב וועט זיך מוזען גוט באפריינדען מיטן מח השליט עליו, אז ס'זאל זיין געטראכט מיט חכמה - איידער פון איינפאכע געפילן.
מקודם איז דאך גוט אויפצומערקן, אז שרייבנדיג מענין לענין, איז דאך אלגעמיין דער קאטעגאריע מיינע, באותו ענין פון טוב לב משתה תמיד, אויף א ערליכע אופן און מיט א ציל פונקט.
איז כאטש כ'טוה דאך נישט באזירן דאס גאנצע געשפרעך אויף בלויז 'זיין בשמחה', ווייל איך אליין בין אויכעט 'נישט אלעמאל' אינעם מדריגה פון גוטמוטיגקייט – פאר יעדער וואס וויל זיך אויסנוצען זיין גוט לאוינע אויף מיין סדר היום..
- דאך אז ס'פאלט מיר איין א גוט ווארט, און א שיינעם געדאנק, וועל איך עס נישט אויסמיטן פון די דארשטיגער לייענער, אז זיי זאלן אויכעט – פונקט ווי מיר, נעמען חיזוק און ענערגיע אויף - אמאל א שווערע מינוט.
און ס'איז דאך נישט קיין סתירה, ביי א היימיש חסידיש יודעלע, מקיים צוזיין דעם 'וגילו ברעדה', אז אזויווי מ'מעג אין די העכסטע צייטן אפילו ביי נעילה! כאפן א שמייכל, מעג מען דאך אוודאי זאגן א ערליך ווארט, כאטש מ'איז אינעם ליל שישי גוסטע.. ריכטיג?!
ס'האט מיר א גוטע יוד געזאגט א סמך ועוד לקרא.. אז דער הייליגער בעל שם הק' האט דאך געטייטשט, 'השם צילך' – אז דער אייבירשטער איז די שאטן פונעם מענטש, אז וויאזוי ער פירט זיך, אזוי איז כביכול למעלה בהנהגה. איז אז מ'איז עוסק און משמח זיין – און זיין 'אליין בשמחה', איז דאך א קלארע סברה, אז ס'הערשט א פריידעניש למעלה בקודש.
און אז מ'רעדט שוין, דערמאן איך מיך מיט ערנסטע געפילן, די לעצטע ווערטער וואס כ'האב געהערט פון מיין זיידן הרה''ח ר' ברוך אברהם ב''ר מנחם ע''ה {א היסטארישער און גאר ערליכער יוד, וואס האט מסיים געווען זיין רייכן לעבן פון 92 יאר! געזונטערהייט, מיט פרישקייט און קלארע געוויסן} ווען ער האט מיר אנגעכאפט ביים רעכטן האנט, און אריינגעזאגט אין די אויערן:
'געדענק! 'חסד ומשפט אשירה' – וואס עס פאסירט מיט א יוד, סיי אויב ס'איז חסד, סיי אויב ס'איז משפט, אימער דארף מען זינגען צום באשעפער מיט שמחה..'
- און אין אייניגע מינוטן דערויף, האט ער אויסגעהויכט זיין לויטערע און טייערע נשמה, ווען זיינע ווערטער קלונגען מיר אין די אויערן לעולמים, 'חסד ומשפט אשירה' – דאס איז ממילא די איינציגע נחמה, און עצה אויף אלץ און אלעמען.
זאלט איר נישט מיינען אז ער איז געווען א 'בדחן' אדער א שטייגער ווי מיר, ניין! כ'האב כמעט קיינמאל פון עהם קיין ווערטל נישט געהערט, אבער טראץ זיין לאנגער און פיל מיטגעמאכטער לעבן, האט ער מיט 'גייסטיגע' כוחות, געזאגט דעם גוף, 'חסד ומשפט אשירה', און דערלעבט אין די ניינציגער – ווי א אלטער מאשין, אבער ס'איז געפארן און געדינט..
און בכלל, אז מ'איז פרייליך אפילו פאר אומזינסט.. איז עס מקובל ביי אלע, און טאמער מ'איז נישט – אפילו מ'האט די בעסטע תירוץ, איז עס 'נישט'..
לאמיר זיין יא! פארוואס נישט?..
און א פרייליכער תמיד, וואונטשט אייך אלע מנשה לוסטיג