טייערע לייענער שיחי': אז איר זעט אזעלכע פעליטאנען און מאמרים, וואס טראכט איר איבערן פארנעמונג און עסק הלזו? אוודאי, דער שרייבער האט איבריג צייט, ממילא זיצט ער און קלאפט בוכשטאבן אינעם עולם השלישי אריין.
וואלט כמעט געקענט זיין אמת, אבער איז צום אמת נישט אזוי 'גענוי'. ס'רייט היינטיגע צייטן א גרויסע חולשה אינעם עולם גולם, אדער עושי מעשי גולם ומבקש שכר כפונדק, אז מ'פרעגט איינעם 'וואס וועט זיין די תכלית', זאגט ער, 'די מצב שלאפט'..
די פאקט איז אז מ'לעבט.. אבער אין א פארשלאפענעם מוט! אנשטאט צו שלאפן און טריצען אויפן וועלט, קענט איר אין די צייט מהנה זיין דעם עולם הזה מיט אייערע קענטעניסן, און אטאמאטיש זיך זעלבסט באפרידיגן.
יעדער מיט זיינע יכולת'ן, איינער הייסט זינגער איינער הייסט שניידער, איינער הייסט פירער. אבער ראה זה פלא, קיין איינער פון זיי איז נישט אדווערטייזט אויפן ליסטע פון די פאכן וואס זיי רופן זיך על שמו הגדול.
אלא מאי? דער קריטיקירער איז ארבעטס לאז.. נישט אז ער ארבעט נישט.. חלילה ער ארבעט אווערטיים און שלא על מנת לקבל פרס, נאר ער איז ארבעטנדיג, מיך צו רופן א ארבעטס לאזער, און א שוואויל טאג שלעפער, בלייבט ער 'לאז'!!!
דער אלטער דור פלעגט זיך בייזערן בכגון דא: די קאפ וואס איז ער געמאכט געווארן? פאר שיינקייט?? דער הענט וואס איז ער געאייגענט? אנצולעהענען די קאפ שיינקייט..? די ליפן איז בלויז באשאפן צו לעקן טרוקענע פייגען?
ניין!!! די ליפן דארף שמייכלען, און די הענט דארפן צוברענגען אז די ליפן זאלן שמייכלען, און די קאפ זאל גיין קאפויער! אבער פרייליך זאל זיין אין דיין סביבה, 'לוסטיג' זאל זיין אין דיין ישוב.. געהויבן זאל מען זיין, מיט האפענונג און פרייליכקייט, אז היינט איז גוט, וואס זארגען אויף מארגען..