ס'לויט זיך נישט גלייבן אין וואס מען שפילט זיך אלץ פאליטיק
ענדליך האט מען אנגעהויבן צי טוען צי דערזאך קעגן די שמוציגע אין ניווילדיגע האטליינס מען גייט צי די רבנים נעמען חתימות
אבער ויבוא גם השטן
צוויי יונגעלייטליך איינער א ישעי' מייזעלס מיט יצחק שטערן בן ר' מאיר האבן אנגעהויבן נעמען חתימות
זיי האבן קלאר געשטעלט אז צי אינזערער דיינים גיין זיי נישט זיי וועלן נעמען נאר א חתימה פינעם וויליאמסבורג רב אבער סגייט שטיין "אב"ד סאטמאר האפפער "
וויל איך פרעגן די יונגעלייט לי יצויר אז מען זאל האבן א מעכטיגע קול קורא פין אלע רבנים דארף מען האבן א ריזין
סייעתא דישמיא אז מען זאל זיי ארויס טראגן פין ביזנעס
כבר היה לעולמים מען האט גענימען קול קורא'ס קעגן בעלז, .בני יואל,דער בלאט ,ר' אברהם לייטנער,דער עירוב,
דאס מציאות איז סהאט געהאלפן א גרויסן רעטעך די אלע קול קורא'ס, אלעס גייט אן ווייטער
גייט מען בשאט נפש מאכן א פאליטיק פין א אזא סעסעטוויטע אישו, סך הכל די קול קורא וועט ארויס קומען וועט עס זיין א גרויסער אדווערטייזמענט פאר נחום מיט אלטר משה
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/07/2008 9:42:26
נשלח ב-3/7/2008 14:51
אויב זיי מאכן פון דעם א פאליטיק איז אפשר כדאי בכלל צוריק ציען די גאנצע חתימה פון וומסב''ג'ער רב זאלן זיי זיך אליין באדן אין זייער שמוץ ורפש .
ב"ה די רבנים האבן זיך נישט דערשראקן פון זיינע סטראשונגען און נישט אפגעקויפט זיינע שקרים און זיינע שטותים און לאקשען.
ער האט זיך אוודאי נישט גערעכנט אויף אזא מערכה קעגן אים. נאכדערצו פון אזויפיל אנערקענטע רבנים און דיינים פון אלע שיכטן און קרייזן, און כלל ישראל בעט זיך ביי די רבנים וואס פעלן נאך אז זיי זאלן וואס פריער אויך אונטערשרייבן צו דעם קריטיש וויכטיגן קול קורא.
אין דא זעהט מען נאכאמאל וואס א ליגנער ער איז, ער האט דאך געזאגט נעכטן אז קאסוב'ער רבי האט אים געזאגט אז ער ציט צוריק פון זיין חתימה. אויך ב"ה אז הגה"צ רבי מיכל שטיינמעטץ שליט"א האט זיך נישט דערשראקן פון זיינע שמוץ שטראשונגען, אבער ליידער זעהט אויס אז זיינע לחץ אויף כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אז ער וועט ארויסלאזן שמוציגע מעשה'ס אויף אים און זיינע חסידים, האט יא געהאט א רושם.
אויך זעהט מען אז די רבנים ווייסן גאנץ גוט וויפיל מקואות ער האט שוין געבויט........
נשלח ב-3/7/2008 22:33
און פארוואס מעגן די ארונים יא שפילן פאליטיק ביים שרייבן אונטער ר' ישראל חיים מנשה סאטמאר-ראדני הא??
נשלח ב-3/7/2008 22:46
אויב דאס איז א פאלשע צעטל צו שפילן פאליטיק וועגען סאטמאר זענען דער בלאט עתיד ליתן את הדין. אז מען נעמט אזא וויכטיגע אישו פאר פאליטיק.
Bssp וואס פארשטייסטו נישט אז ווען מען שרייבט ראב"ד , דאס מיינט פאליטיק, פון וועם האט ער דען באקומען דעם טיטול? פון אפאר שותי שכר, נו אז מען שרייבט זיין ארגינעלען טיטול ווילסטו זאגן אז דאס מיינט געשפילט פאליטיק? אתמהה
נשלח ב-3/7/2008 23:10
איך הער אז פראדעלזאהן איז משוגע געווארן ווען ער האט געזעהן דעם קול קורא אין בלאט האט ער שנעל געלאזט דריקן א פאלטשן קול קורא כדרכו (ווער געדענקט נאך שחתמו שהשתתפו) אין האט ארויס געשיקט באהענגן וויליאמסבורג מיט די פאלטשע צעטלעך ...
אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, איינס פון די מחאות אויף נחום איז אז ער רעדט אויף רבנים, נו דער פראדעלזאהן מאכט א גאנצער חוכא וטלולא פונעם קול קורא ווייל מינ' ובי' טאקע אינעם קול קורא ווי ער איז מוחה קעגען נחום מאכט ער חוזק אין ליצנות פון רבנים .
א הארבע פראדעלזאהן
נשלח ב-3/7/2008 23:24
כ'מיין אז מען זאל אויפהערן צו מאכן א פאליטיק פון דעם, דער בלאט זאל עס אריינלייגן וויאזוי זיי ווילן, אין דער איד זאל עס אריינלייגן וויאזוי זיי ווילן, און אויב מ'האט געהאנגן אויף די גאסן זייער גירסא, זאל סאטמאר אויך אנהענגן זייערע גירסא, דער עיקר איז אז מ'ברענגט אונטער דעם מנוולות'דיגן האטליין.
יעדער פארשטייט דאך אז דער בלאט גייט נישט לאזן א טיטול וואס זיי ווילן נישט, און דער איד לייגט נישט אריין א טיטול וואס זיי ווילן נישט, איז ווען דער וויליאמסבורגער רב שרייבנט אונטער די קול קורא שרייבט ער שוין אדעתא דהכא אז דעראיד וועט שרייבן דער טיטול וואס זיי ווילן, און די זעלבע פארקערט, ווען דער וויליאמסבורגער דיין שרייבט אונטער די קול קרוא שרייבט ער אויך אדעתא דהכא אז דער בלאט וועט מאכן דעם טיטול וויאזוי זיי ווילן.
איי וועסטו פרעגן פארוואס זענען זיי מסכים מ'זאל מאכן ליצנות פון זיי, דער תירוץ איז אז זיי זעהן אזא שרעקליכן חורבן פון דעם האט-ליין, אז זיי זענען מסכים למען השם ולמען תורתו הק', צו טוהן וואס איז יעצט וויכטיג פאר כלל ישראל. זעהט אויס אז זיי זעהן אויך איין אז דער האט-ליין איז ערגער פונעם עירוב....
אויך הער איך אז וויענער רב האט שוין היינט אונגעשריבן, און נעקסטע וואך גייט עס אויך זיין אין דער איד.