בית פורומים כל העולם כולו

איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2008 00:35 לינק ישיר 
איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?

טאקע???

COME ON

פארוואס דארף מען איבערטרייבן און גיין מיט שקר און מוציא שם רע?

איך קען פארשטיין אז די עצם האט-ליין טויג נישט און ס'שעדליך פארן חינוך ויהדות, אבער וואס געבט די רעכט צו גיין באשולדיגן א מענטש אויף אזא הארבע זאך אז ער זוכט צו מחטיא זיין את הרבים און זוכט דוקא צו מטמא זיין דעם יוגנט מיט ניבול פה, מהיכי תיתי לן? איך קוק עס אן כמו שהוא: נחום רז"ב רעדט זיך איין אז ער איז דער איינציגער וואס זעהט איין לשיטתו פיל מיט שרעקליכע פירצות, אלטע בחורים, ישיבות, מקוואות, שחיטה, וכדומה וכדומה, און ער האט גענומען א פארקרומטע מיטל צו מתקן זיין די אלע פירצות.

די אלע איבערגעטרייבעכצער שלאגן נאר צוריק ווייל יעדער מענטש ווייסט בעומק לבבו אז נחות איז נישט קיין שד, נישט קיין שטן, נישט קיין ירבעם בן נבט, נישט קיין מנובל, ס"ה איז ער א קריאזער מענטש וואס טוט פארקרומטע זאכן וואס לשיטתו האלט ער אז ער טוט אויף פאר אידישקייט...

עטס געדענקט ווען דער לעצטער סאטמארער רבי האט געזאגט אויף די בני יואל אז זיי זענען ווערימיגע קינדער וואס וועלן זאגן הלל ביום עצמאות? ווי איז ער אנגעקומען דערמיט?

דאס איבערטרייבן מאכט נאר חרוב...כל המוסיף גורע...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2008 00:52 לינק ישיר 

אהא, קומט אויס לויט דיר סקאטמאלען, מעג נחום זאגן וואס ער וויל און ער מעג זאגט אויף יענעם אז יענער איז מחטיא את הרבים, נאר אויף אים טאר מען עס נישט זאגן, ווייל מען אטאקירט אים פערסאנעל, ס'נישט אז ער רעדט זיך איין וכו', ער רעדט דאך כל דבר אסור אויף יעדן איינעם, און חוץ פון דעם איז ער יא א שד, יא א  שטן, יא א ירבעם בן נבט, און אויך א גרויסן מנוול.

דו מאכסט עס כאילו ער רעדט זיך איין אז ער פארשטייט און נאר דאס איז זיין פראבלעם, די פראבלעם איז אז ער איז א פארשטינקענע בעל גאוה, און נישט נאר ער האלט אזוי נאר ער טוט עס אויך למעשה דורך דעם וואס ער איז משפיל עד לעפר יעדן רב און יעדן גדול בישראל, און דאס איז א חוצפה און גאות און עקעלדיגקייט שאין כדוגמתו.

און די ווייסט אליין אז ער רעדט כל מיני מנוולות שאין האוזן יכול לשומען. דאס ווייזט נישט גענוג וואס פארא מנוול ער איז.

און נעבעך, די גרעסטע עבירה וואס ער האט געטראפן אויף כלל ישראל איז אמירה לעכו"ם, אבער ס'נעמט נישט לאנג נאך צוויי מינוט אריין אינעם דרשה לויפט ער גראד צוריק צו זיין באליבטן סובדזשעקט, מנוולות.

יא נחום, ממש גראד נאכ'ן הערן דיין האט-ליין, איז יענע געלאפן צו די פאליציי, און ער האט דיך גערופן, אמת?  און לאמיר דיר זאגן איין זאך, אויב די טוסט עפעס אויף, טוסטו אויף אז די לייגסט די גאנצע אידישקייט טיף טיף אין דער ערד אריין, קודם כל ווייל די פרובירסט צו מאכן אז מ'זאל נישט האבן מער קיין רעספעקט פאר קיין רבנים ח"ו (ב"ה דאס געלונגט דיר נישט), און צווייטנס דאס וואס די רבנים קענען אמאל יא לייגן פרעשור אויף א יונגערמאן, דאס לייגסטו אויך צוגרינד דורך דעם וואס די קלערסט זיי אויף אז זיי קענען גיין צו די פאליציי, און ממילא וועט מען זיי גארנישט קענען מער באיינפלוסן זיי זאלן נישט טוהן קיין מעשים אשר לא יעשו, ווייל באמת קען מען גארנישט טוהן פאר א יונגערמאן וואס גייט ח"ו צו א צווייטנס.... אדער .... ווילאנג ער גיבט נישט קיין געלט קען מען טוהן וואס מען וויל, לויט די געזעץ  קענסטו גארנישט טוהן פאר אזא איינער, גארנישט גארנישט, ביז יעצט האבן נאך די רבנים געקענט לייגן דרוק, יעצט וויל נחום קומען און איבערדרייען די יוצרות, מ'זאל לויפן צו די פאליציי און אזוי וועט דער שגץ קענען אפטוהן וואס ער וויל ומי יאמר לו מה יעשה, דער פאליציי וועט אים באשיצן פון הערעסמענט, און פון וואס נישט. נחום וויל געבן צו פארשטיין דעם עולם אז פאר מאלעסטן דארף מען יא גיין צו די פאליציי אבער אויב די טוסט עפעס שלא עפ"י תורה דעמאלס זאלסטו נישט גיין צו די פאליציי, איז יעדעס מאל ווען ס'געשעהט עפעס א מנוולות'דיגע מעשה וועט מען מוזן גראד רופן נחום אין אים אנפרעגן די שאלה, יעצט קען מען יא גיין צו די פאליציי אדער נישט. (יעצט פארשטיי איך שוין זיין פשט, ער וויל פשוט אז יעדער שמוציגע מעשה זאל אנקומען צו זיינע אויערן......... האב איך ענק נישט געזאגט אז אויף דעם לעבט ער און צו דעם קלעבט ער).

היינט זאגט ער אויף די רבנים, אז ער האט זיי אין בוידעם, ווי קען זיין א גרעסערע חוצפה פון א פראסטע שגץ קעגן אלע חשוב'ע רבנים, גאונים און דיינים, וואס יעדער איינער פון זיי קען אסאך מער לערנען פון אים. (נישט אז כ'מיין אז ער קען עפעס יא), ער איז ניטאמאל ראוי זיי זאלן טרעטן אויף אים.

אויך איז ער טויט גוט מיט די עף. בי. איי. ער קען זיך ניטאמאל אויס וועלכע דיפארטמענט טוט פאר וועלכע ענינים, פאר מאלעסטן רופט מען נישט אראפ די עף. בי. איי, די געווענליכע פאליציי איז פונקט גוט פאר דעם.

אין די מעשה מיט די וויזניצער מיידלעך איז שקר וכזב מתחלתו, כ'האב מיר ספעציעל נאכגעפרעגט אויף דעם, קודם כל זענען זיי געווען 10 יעריגע מיידלעך, און זיי האב "נישט" געזינגען גארנישט, דער גאנצע מעשה וואס ער האט געהערט איז געווען פון א געוויסע צורידערטע יונגערמאן וואס איך קען וועלכע איז געווען אויף דער באס, די מיידלעך האבן פשוט געמאכט א קליינע פארטי, צווישן זיך, קיינער האט נישט געהערט, קיינער האט נישט געזעהן, נאר יענע יונגעמאן וועלכע איז פונקט אזא מנוול ווי נחום האט פארשטייט זיך אהינגעקוקט צו די מיידלעך ווייל ער האט זייער וויכטיג געוואלט זעהן וואס זיי טוהן דארט.

און נאכמער אויף די היינטיגע טעיפ זאגט ער א געפערליכע ווארט וואס כ'קען נישט ארויסזאגן דא, ס'איז ממש דער שם המפורש, א בחור אדער אינגל הערט דאס, איז ער אפגע'הרג'ט אויפ'ן לעבן.


נעבעך, די גרעסטע עבירה וואס ער האט געטראפן אויף כלל ישראל איז אמירה לעכו"ם, אבער ס'נעמט נישט לאנג נאך צוויי מינוט אריין אינעם דרשה לויפט ער גראד צוריק צו זיין באליבטן סובדזשעקט, מנוולות.

יא נחום, ממש גראד נאכ'ן הערן דיין האט-ליין, איז יענע געלאפן צו די פאליציי, און ער האט דיך גערופן, אמת?  און לאמיר דיר זאגן איין זאך, אויב די טוסט עפעס אויף, טוסטו אויף אז די לייגסט די גאנצע אידישקייט טיף טיף אין דער ערד אריין, קודם כל ווייל די פרובירסט צו מאכן אז מ'זאל נישט האבן מער קיין רעספעקט פאר קיין רבנים ח"ו (ב"ה דאס געלונגט דיר נישט), און צווייטנס דאס וואס די רבנים קענען אמאל יא לייגן פרעשור אויף א יונגערמאן, דאס לייגסטו אויך צוגרינד דורך דעם וואס די קלערסט זיי אויף אז זיי קענען גיין צו די פאליציי, און ממילא וועט מען זיי גארנישט קענען מער באיינפלוסן זיי זאלן נישט טוהן קיין מעשים אשר לא יעשו, ווייל באמת קען מען גארנישט טוהן פאר א יונגערמאן וואס גייט ח"ו צו א צווייטנס.... אדער .... ווילאנג ער גיבט נישט קיין געלט קען מען טוהן וואס מען וויל, לויט די געזעץ  קענסטו גארנישט טוהן פאר אזא איינער, גארנישט גארנישט, ביז יעצט האבן נאך די רבנים געקענט לייגן דרוק, יעצט וויל נחום קומען און איבערדרייען די יוצרות, מ'זאל לויפן צו די פאליציי און אזוי וועט דער שגץ קענען אפטוהן וואס ער וויל ומי יאמר לו מה יעשה, דער פאליציי וועט אים באשיצן פון הערעסמענט, און פון וואס נישט. נחום וויל געבן צו פארשטיין דעם עולם אז פאר מאלעסטן דארף מען יא גיין צו די פאליציי אבער אויב די טוסט עפעס שלא עפ"י תורה דעמאלס זאלסטו נישט גיין צו די פאליציי, איז יעדעס מאל ווען ס'געשעהט עפעס א מנוולות'דיגע מעשה וועט מען מוזן גראד רופן נחום אין אים אנפרעגן די שאלה, יעצט קען מען יא גיין צו די פאליציי אדער נישט. (יעצט פארשטיי איך שוין זיין פשט, ער וויל פשוט אז יעדער שמוציגע מעשה זאל אנקומען צו זיינע אויערן......... האב איך ענק נישט געזאגט אז אויף דעם לעבט ער און צו דעם קלעבט ער).

היינט זאגט ער אויף די רבנים, אז ער האט זיי אין בוידעם, ווי קען זיין א גרעסערע חוצפה פון א פראסטע שגץ קעגן אלע חשוב'ע רבנים, גאונים און דיינים, וואס יעדער איינער פון זיי קען אסאך מער לערנען פון אים. (נישט אז כ'מיין אז ער קען עפעס יא), ער איז ניטאמאל ראוי זיי זאלן טרעטן אויף אים.

אויך איז ער טויט גוט מיט די עף. בי. איי. ער קען זיך ניטאמאל אויס וועלכע דיפארטמענט טוט פאר וועלכע ענינים, פאר מאלעסטן רופט מען נישט אראפ די עף. בי. איי, די געווענליכע פאליציי איז פונקט גוט פאר דעם.

אין די מעשה מיט די וויזניצער מיידלעך איז שקר וכזב מתחלתו, כ'האב מיר ספעציעל נאכגעפרעגט אויף דעם, קודם כל זענען זיי געווען 10 יעריגע מיידלעך, און זיי האב "נישט" געזינגען גארנישט, דער גאנצע מעשה וואס ער האט געהערט איז געווען פון א געוויסע צורידערטע יונגערמאן וואס איך קען וועלכע איז געווען אויף דער באס, די מיידלעך האבן פשוט געמאכט א קליינע פארטי, צווישן זיך, קיינער האט נישט געהערט, קיינער האט נישט געזעהן, נאר יענע יונגעמאן וועלכע איז פונקט אזא מנוול ווי נחום האט פארשטייט זיך אהינגעקוקט צו די מיידלעך ווייל ער האט זייער וויכטיג געוואלט זעהן וואס זיי טוהן דארט.

און נאכמער אויף די היינטיגע טעיפ זאגט ער א געפערליכע ווארט וואס כ'קען נישט ארויסזאגן דא, ס'איז ממש דער שם המפורש, א בחור אדער אינגל הערט דאס, איז ער אפגע'הרג'ט אויפ'ן לעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2008 03:35 לינק ישיר 

איך נעם מיך נישט אהן פאר נחום.

קודם כל ווייל ער רעד ניבול פה.
און נאכדעם ווייל א סאך זאכען וואס ער זאגט וואלט ער געדארפט האבן א הסכמה פון א רב מובהק. און דריטענס ווייל עס איז ארויסגעקומען א אפענער פסק פון עטליכע רבנים.

אבער די קול קורא במדבר איז אזופיל ווערט וויפיעל די קול קורא וואס 93 רבנים גדולים האבן אונטערגעשריבען אויפן בעלזער רבין
 (אגב הרב שלמה גראס דער געאסערטער בעלזער אסערט יעצט נחום) 
אין יענעם קול קורא שטייט א סאך שארפער. עס שטייט
      ישכר דוב רוקח הרי הוא ככל מהרסי בית ישראל אזוי וויא ש"צ און אלע חוטאים ומחטיאי הרבים..
און פארשטייט אז זיין קהילה אלע בעלזער חסידים זענען עכטע נעלאגען

די בני יואל זענען אויך געאסערט געווארן דורך עטליכע רבנים צווישן זיי די יעצטיגע אוסרים.

ניקעלשבורגער רבי שליט"א איז געאסערט געווארן דורך גרויסע רבנים און בפרט די דיינים פון סאטמאר  וואס שרייבען אויף עהם אז זיי האבן געהערט אויף עהם דברים שאינם מהוגנים רח"ל.

און נאכדעם שרייבען זיי דאס זעלבע וויא אויף נחום להתרחק ממנו ח"ו להיות נמשך אחריו .
אויף דעם איז חותם דער ברך משה וז"ל

אזהרה חמורה לאפרושי מאיסורא.
המודעה הזאת היא הוראה גמורה ככל הוראת איסור והיתר
 הק' משה טייטלבוים אבדק"ק סאטמאר
 
(דער רבי בעל דברי יואל זי"ע פלעגט לייענען די ווערטער לאפרושי מאיסורא . א פרישע מסירה. בדרך הלצה)(רע"א)

דער בלאט איז אויך געאסערט געווארן דורך זייער אייגענעם רבין אלס כתב פלסתר וכו'
די גאנצע באהערדע פון די חסידי אדמו"ר מהר"א ט"ב . זענען געאסערט געווארן דורך די דיינים אלץ קשר בוגדים.

איך גיי נישט אריין אין דעם הארבען איסור קעגן אביש שייגעץ וואס רבנים שרייבן פתו פת כותי יינו יין נסך וכדומה.וכל בניו ובנותיו ילדי נכר רח"ל.
און דער איד _שטירמער) מעג וואך נאך וואך מבזה זיין אלץ נבל ברשות התורא ....גדולים וצדיקים מנהיגי האומה. וואס אויף זיי איז געזאגט געווארן לא מאסתים ולא געלתים לכלותם שהעמיד לנו גדולי וגאוני הדורות. .

און ביי אונדז זענען אלע גדולי ישראל בלי שום יוצא מהכלל אנגעהויבן פון הגאון ר"מ פיינשטיין מיט הצדיק מקלויזענבורג. מיט חמו"ר וויזניצער רבי. אפילו בעלזער רב מיטן סקווערער רבין. . איך רעד שוין נישט פון הגאון רבי עובדיה . וואס איז גאנץ אונגארן איז נישט געווען לעצטע יארן אזא גאון הגאונים וואס כל התורה איז שגור על פיו . און ביי אונדז זענען זיי כופרים גמורים נאך ערגער וויא גויים אפשר פונקט וויא נחום. אפשר נאך ערגער. און אפשר נאך ערגער פון ליובאוויטשער.


און בכלל דער זעלבער וואס האט זיי געגעבן רשות צו  טהון  מנוולות נאכצושרייען פרויען אויף די גאסען בריש גלי. נישט נאר בלויז צו רעדן מנוולות. נאר מקיים זיין בפועל ממש רח"ל. און מבזה צו זיין גדולי ארץ. וויא הגאון רבי פישעלע וואס פאקט איין די אלע חותמים אין זיין לינקען טאש. אדער רבי יחזקאל ראטה אדער הזקן הגאון הישיש מאודווארי
אדער הגאון רח"ל כ"ץ וואס פאקט זיי אויך איין בין בתורה בין ביראת שמים בין בחסידות.



די פורצי גדר זאלן יעצט נישט קומען זיין גודרי גדר . עס איז פונקט וויא די משל פון רבין זי"ע אז איינער האט אנגעצינדן א פייער פון ניאוף נאכצושרייען פרויען און יעצט מאכט ער זיך וויא ער קומט פארלעשען פייער.
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים

איך וויל נישט מאריך זיין.
 
צובראכן די רבנים האט זיכער נישט נחום.

צובראכן די רבנים האבען נאר זיי  מיט זייערע טמנא מעשים און שפראכען. אלע יארן ועוד ידם נטויה

הערטס אויס א פורים שפיעל !!!
אלטר משה וואס רופט אהן אלע צדיקי וגאוני הדור געטשקעלעך עבודה זרהס. און ער זאגט נאך אז דאס איז דעם רבינס שיטה אז עס איז מער נישטא קיין רבנים און מנהיגים.  דער צוברעכט נישט קיין רבנים. ניין ער געט נאר כח פאר רבנים אהא!!!
פורים פורים פורים לנו. ברוך אשר בחר רק בנו.

און נאכדעם קומט אריין אלטר משה אין סאטמארע מצה בעקערי אין בראדוועי . גייט דוד ראזענבערג און מאכט עהם א ברוך הבא לעיני כל העובדים און איז עהם מחזק ווייל אזוי האלט ער אויך אז אלע רבנים וואס האבען זיך מייגע געווען כל חייהם על התורה און טוען לטובת הכלל זענען כופרים און קארופטירט און אלטר משה איז גערעכט.
ונראה מה יהיו חלומותיכם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2008 03:44 לינק ישיר 

ער רייסט אראפ הרהגה"צ ר' ישראל האגער אב"ד וויזניץ מאנסי כאחד הריקים סאיז ממש שוידערליך ווי אזוי ער רייסט אראפ א רב בישראל פאר איין סיבה ווייל ער האלט אז נחום איז א מניוויל
זאגט די מיר סקאט וואס נחומ'ס מטרות זענען




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/7/2008 04:00 לינק ישיר 

טייערער "ארגינעלער" היקר והחביב. נ"י

דו ביסט דאך פון די נארמאלע קלוגע שרייבערס דאהי. אויפן פארק. איך מוז דיר זאגן ידידי בלתי מכירו אז דו ווייסט נישט אלעס.
 עס איז דא טיפע סיבות פארוואס ער רייסט עהם אראפ ואין כאן המקום להאריך. זיכער נישט וועגן דעם ווייל ער האלט נחום איז א מניוויל . אויסדרוקליך נישט .איך קען נישט מער מגלה זיין. אבער אז דו ווילסט. דעמאלס פרעג דיך נאך ביי שטוב מענטשן און קאלירפולע וויזניצע חסידים ויוודע לך .
 ואז תאמר בפה מלא "אכן נודע הדבר" .  זעסט דאך אז אויפן ראחסטריווקער רבין שליט"א האקט ער נישט. וכדומה . עד כאן. ודי לחכימא ברמיזא. בפרט אזא חכם וויא דו . וואס דו ביסט דאך דער אמתר ארגינעלער  והמבין יבין..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2008 05:19 לינק ישיר 

ס'איז דא א באקאנטע מעשה, איינער האט געזאגט אז ביי די חסידים רעדט מען לשון הרע, האט אים יענער געענטפערט, איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזא לשון הרע.

לענינינו,
איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזא שקר און מוציא שם רע, אויף אלע ערליכע רבנים און ערליכע אידן, וואס זאגן אז דאס איז דאס ערגסטע וואס איז נאר פארהאן, און ברענגט אלעס אונטער, די אלע זענען גאר די שקרנים און מוציאי שם רע.

עולם הפוך ראיתי.

איך האף נאר איין זאך.

אז ארגינעל וועט זיך ברעכן פארן פרעשור, און פארשטיין און איינזען די עכטע אמת פון אלע באלד ווערטער מיט די אויבערשטרעכלעך, וואס זענען מעיד מיט טיפע סיבות פארוואס מ'רייסט אים אראפ, און טאקע אמת'דיג , "עדיוקעיטעד" ווערן, פון די דברי חנופה אז ער איז א חכם ונבון, און דער עכטער אמתר ארגינעלער.......     אפילו טאקע ס'איז אין כאן המקום להאריך, און מ'קען מער נישט מגלה זיין, אבער דאך אזא חכם איז די לחכימא, און מיט רעכט רייסן מען אראפ, די אלע רבנים.

אוי פורים פורים פורים לנו ברוך אשר הבדילנו מן התועים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2008 08:53 לינק ישיר 

אומגלויבליך ווי אלע מנוולים קריכן יעצט ארויס פון די לעכער זיך אנצונעמען פאר דעם רשעות און אכזריות פון דעם מנוול.

ווער ס'קען רירן א פינגער צו פארטיידיגן דעם עוכר ישראל, אדער אפילו נאר שוואך צי קאלט מאכן די מערכה קעגן דעם, איז בלי ספק דורכגעפוילט און איינגעזינקען אין שמוץ ביז איבער די אויערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2008 10:05 לינק ישיר 

קוקט'ס וואס דער געגאנגען שרייבט אויפן איד (שטירמער) אין א אנדערען אשכול וועגן די אריזאנא ווייץ


רחמנא ליצלן, ווי נידריג דער איד איז שוין געפאלן.

מילא אריינלייגן א בריוו פון ר' שלמה גראס, נו, ער איז דאך "נאר" בעלזער דיין, וואס האט אויך אפן אפגעלאכט פון דעם איסור חמור בנוגע לערנען חומש רש"י מיט מיידלעך, און במילא מעג מען אים אראפנעמען פון די תלי' אין פאל מ'דארף אים וויכטיג האבן צו שטויסן דערמיט די 'נאך גרעסערע רשעים' - סאטמארע חסידים.

און יעצט ביי די נחום מערכה איז שוין ר' שלמה גראס בעלזער דיין יא כשר?  היתכן?

ער האט דאך אפגעלאכט פונעם רבין בעל דברי יואל אין ספר הקדוש ויואל משה . וועגן דעם איסור חמור בנוגע מיידלעך לערנען חומש רש"י.  אזוי וויא דער וויזניצער רבי רבי מאטעלע שליט"א לאכט אויך אפ און לערנט אין זיין סקול מיט די מיידלעך חומש מיט רש"י.

מיט דאס וואס מען טענהט זיך דא. געט מען נישט קיין גרין לייט פאר ר' נחום כמובן.
עס איז נאר א שקליא וטריא. עד כאן.

ווער וואלט זיך אמאל אפילו אין וויסטן חלום געחאלומט אז עס וועט קומען א צייט וואס מענטשען וואס רופן זיך רבנים זאלן זיך אויפשטעלען און הייסן בחורים מיט יונגעלייט נאכשרייען אויף די גאסן נאך אשת איש און נאך מיידלעך. פאי!!!

און מען רופט דאס נאך אהן בלשון מחאה.  פע!! צעהן מאל פע!! . אז עס קען זיין אזא מנוולות בריש גלי. דעמאלס מעג און קען קומען אזא איינער וויא ר' נחום און זיך אויך רופן רב . און דערציילן די גאס הגיד לעמי פשעם ולבית יעקב חטאתם . אלו ת"ח ששגגות נחשב להם כזדונות. . אזוי וויא אלטר משה ברענגט קלאר כמה פעמים פון רבין זי"ע אז אלע פירצות הדור זענען נאר שולדיג די רבנים און דיינים נאר זיי .. ואשימם בראשיכם. . די זינד איז אויף די קעפ די רבנים און רעביס. . צו זיי ווילן יא! אדער זיי ווילן נישט.

סתם אזוי ווען נחום רעד וועין נישט אויף אונזערע רבנים נאר ער רעדט וועין נאר אויף גדולי ישראל פון די אנדערע קרייזן וואלט ער נאך אדרבה געווען א קנאי. . נאר יעצט אז ער רייסט אראפ אונזערע . דעמאלס קומט ארויס א קול קורא כידוע.
האיש נחום ר"ב. הקלאצענבארגער גלח ז"ל הלבש"ט. אביש שייגעץ. מעכל לעבאוויטש. ישכר דוב רוקח. הפגום. פני הכל"ב. האגער. קאשוי. לייטנער. ברייער(שארמאש) נ' שערי טומאה.  נישט מ"ט. . הרי הם מהרסי בית ישראל.

די ניבול פה. ארט זיי גאר ווייניג ווייל אלע גאסען זענען באפלייצט מיט צעטלעך . כהאי לישנא.  אוי איך האב אריינגעגעבן מיין טאכטער צו א חשובען יונגערמאן אין אפיס. און וואס איז געשען מיט איר אביזרייהו דגילו עריות

פארוואס איז דאס נישט קיין ניוול פה ?  וואס קלערן בחורים און יונגלעך.?

און דער מנוול גרינבוים מיט זיינע טמנא צעטלעך אז טאמער מען בייגט זיך אדער די קליידער זענען געפאסט וכדומה
איז דאס גילוי עריות    דאס ליגט און הענגט אין אלע גאסען.   פע!!! פע!!!
.
די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף פון אזעלכע מנוולדיגע צעטלעך.

דער רבי זי"ע ברענגט צענדליגער מאל דעם הייליגן ישמח משה זי"ע. אז ער האט כסדר געטראכט געוואלד!!! פארוואס קומט נישט משיח צדקנו?? ביז ער האט פארשטאנען. אז ווייל די בחורים און יונגלעך טוהן אין זייערע יונגע יארן נישט קיין שיינע זאכען. דעמאלס ווען זיי ווייסן נאך ניטאמאל אז דאס איז א חטא . און ווען זיי ווערן גרעסער זענען זיי שוין ליידער פארזונקן.רח"ל. .
און די חברה חותמים ווילן דוקא אז די בחורים זאלן טאקע נישט וויסן גארנישט . און משיח צדקנו זאל טאקע נישט קומען און מען זאל ח"ו בלייבן אין ביטערן גלות  נאך לאנגע יארן רח"ל.  ווייל דא אין גלות זענען זיי רבנים אבער ווען משיח צדקנו וועט קומען במהרה וועלן זיי דאך נישט זיין קיין רבנים (כעין זה מובא אצל המרגלים)

בכלל  אין זייער א סאך דרשות פון גרויסע אונגארישע רבנים איז פול מיט די מיני דרשות וועגן ביטערע מיסע חטאים . און בשעת די דרשות האט מען קיינמאל נישט ארויסגעשיקט די בחורים. . עס איז דא דרשות אויף די צעהן ניסים (אדער 12) ניסים וואס איז געשען פאר פינחס בן אלעזר בפרטות . און די דרשות זענען געזאגט געווארן ברבים.
אפילו אין הייליגן יערת דבש איז דא געפערליכע דרשות אוי לי אמי שילדתנו  וכו' כי באו אל הנערה וכו'' איך וויל נישט ארויסשרייבן. און איך וויל נישט שרייבן די צענדליגע מראי מקומות פון די דרשות פון די אלע ספרים. ווייל עס שטייט דאך ביי רבי יוחנן אוי לי אם אומר און אוי לי אם לא אומר. סוף כל סוף האט ער דאך יא געזאגט אפילו אז פושעים יכשלו בם.
אין טהרת יו"ט דארט וויא ר' נחום האט זיך געלערנט מקוואות איז פול פון די זאכען. עס איז געווען א פלוגתא פון חב"ד און נאך רוסישע רעביס . מיט סאטמאר (בפרט שומר אמונים תולדות אהרן) און די רעביס וואס האבן ברבים יא גערעדט וועגען דעם חטא הידוע

ביים חתם סופר אין די ישיבה האבען די בחורים געלרענט מסכת נדה כידוע. .

דא אין בארא פארק איז נישט לאנג צוריק געווען איינער פון די גרעסטע רבנים נאכן חורבן וואס האט געשריבן צענדליגע תשובות להלכה למעשה. און אין זיין ספר איז דא זייער פול מאדנע שאלות פון .......זאכען ...   און מען האט קיינמאל נישט געאסערט פאר א בחור אריינצוקוקן אין זיינע ספרים.   און אדרבה מען האט דאס איבערגעדרוקט אויף א שיינע קלענערע פורמאט און מען גארנישט ארויסגעלאזט די אלע זאכען.
דער פעלער איז נאר ווייל ער טוט דאס על דעת עצמו. אהן רבנים און אויף א מאדנעם שטייגער . און כנזכר לעיל ווייל ער רייסט אראפ אונזערע.  מען מעג נאר אראפרייסן די גדולי עולם וגדולי ישראל פון די אנדערע פארטייען

ווייל זיי זענען דאך לינקע. אונדז זענען מיר דאך די רעכטע. 

און בכלל יעצט דאס מאל גייען די רז"ל חברה נאכטאנצן די אהרונים . אבער למשל ביי די מהודרדיגע שחיטה פון קרית יואל וואס האט געהויבן דעם מצב השחיטה ביי עופות אויף א גרויסע מדריגה ב"ה דארטן טאנצען רז"ל נישט נאך. . 

עס איז אמגלויבליך אז כמעט נאר די רבנים וועמען ער האט באשמוצט נאר די נעמען זיך אליינס אהן פאר זייער אייגענעם כבוד. . עס איז פונקט אזוי  וויא למשל דער קלויזעבורגער וואלט געאסערט מיט א קול קורא די סאטמארע בימים ההם. און רבי מעכל לעבאוויטש וואלט געאסערט דעם סאטמארען בי"ד. 

השי"ת יחונן אותנו דעה בינה והשכל לדעת באמת את אשר יחפוץ .  אהנע פאליטיק רח"ל. נאר לשם שמים.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2008 12:01 לינק ישיר 

איך וויל נישט ח"ו בארעכטיגן נחומ'ס האטליין, נאר אויפמערקזאם מאכן א געדאנק, אז איך האלט אז נחום מיט זיין האטליין טוט שטארק אפשרעקן מנובלים, ווייל ער ווארפט אן א שרעק אויף זיי אז זיי זאלן מורא האבן צו טאן וואס זיי טוען ווייל נחום קען זיי נאך מפרסם זיין.

דער פראבלעם איז נאר אז א האטליין וואס קינדער און בחורים הערן איז נישט דער פלאץ דערפאר. אפשר וואלט געווען פיל מער כדאי פאר נחומ'ען, אויב ער וויל דווקא אנגיין מיט זיין קאמפיין, אז ער זאל זיך עפענען א בלאג אדער א וועבסייט, וואס דאס איז פיל גרינגער צו רעגולירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2008 04:07 לינק ישיר 

ארענדאר,

די האסט א פוינט, נחום איז טאקע א שרעקליכער משוגענער און בעל דמיון וואס רעדט שטותים און דמיונות, און טאקע ווייל ער איז משוגע טוט ער א גוטע זשאב, אבער פאר דעם זאל ער מאכן א בלאג וכדו, אבער נישט אויפן טעלעפאן, און אויב ער הערט נישט אויף מיט טעלעפאן זאל מען יא ערנסט אין באטראכט נעמען א חרם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2008 19:33 לינק ישיר 

ארענדאר דו רעדסט שטותים, פאקטיש האבען די מנוולים גארנישט קיין מורא פון אים, זיי באלעקען זיך די פינגערס מיט זיינע ראמאנישע דרשות, ער האט נאך קיינמאל כמעט נישט בארעדט קיין מנוולים, ער געט זיך בעיקר אפמיט צוויי זאכען

1. מיט ניבול פה (זיין באליבטע נושא)

2. מבזה זיין און משפיל זיין "אלע" רבנים און דיינים

דער מענטש איז א סכנה און ברענגט נישט קיין שום טובה פאר קיינעם, פונקט ווי אלע משכילים אין אלע דורות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2008 20:06 לינק ישיר 

ארענדאר און גאדאנקען מ'דארף ענק חותם זיין פון דא צוזאמען מיט עבדעברי, ער טוט נישט קיין שום גוטע דזשאב.

כלל טוער האט גאר גוט געזאגט, מ'דארף גארנישט צולייגן.

אפילו אויף דעם יעצטיגןן שטיקל רייסט ער אראפ אלע גדולי ישראל, איינער נאכ'ן צווייטן, און ער האט שוין אפילו אויפגעמאכט  פרישע מנוולת'דיגע מעשה'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2008 22:53 לינק ישיר 

אבער די מערסטע אינטרעסאנט איז אז ווען עבד עברי ארבעט אווערטיים זיך אנצונעמען פאר נחום ראזענבערג, הייבט ער אן מיט די ווערטער "איך נעם מיך נישט אהן פאר אים!"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 01:24 לינק ישיר 

kj2008
נו גילוי, מ'טאר נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 03:43 לינק ישיר 

וואס איז מיט אלטער מוישע?
ווען קומט ארויס א קול קורא אויף זיין האטליין?
עסקנים ווי זענט עטץ?
פארוואס האט עטץ אים אויסגעלאזט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 04:36 לינק ישיר 

איין זאך איז זיכער מיט די גאנצע דרעק אז נחום האט באקומען זיין העכסט געזוכטע פובליסיטי און אטענשאן וואס ער פייגערט שוין יארן לאנג דאס צו באקומען און ער באקומט דאס אויף א גאלדענעם טאץ דעליווערט!
ער שפרונגט יעצט פאר שמחה!
ווי זאגט די וועלט ווערטל
"נישטא קיין בעסערע פובליסיטי ווי נעגאטיוו פובליסיטי"
די גאנצע וועלט איז יעצט ביזי מיט אים
ער איז ביי יעדע דיסקאשען ציווישן מענטשן צו אין שוהל מקוה גראסערי ארבייט באס שמחה וכו'
און ליידער ליידער ציווישען די יונגווארג אויכעט ווי די מחנכים קוקען דאס צו מיט ביטערנישט.
וואס זאל מען טוהן אז מהאט צוטוהן דא מיט אפאר קליינקעפיגע ווילדע נארישע עסקנים וואס ווייסען נאר צו מאכען גרעסערע פראבלעמן און מאכען גרעסער דאס פייער אנשטאט צו עלימינירן גענצליך דעם פראבלעם און פייער אויף א קלוגען באשיידענעם אופן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext