בית פורומים כל העולם כולו

איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/7/2008 06:04 לינק ישיר 

majyar פארוואס האלטסטו סודות???
געב שוין ארויס דעם "קלוגען באשיידענעם פלאן"
אין איך וועל שוין זעהן ס'זאל אנקומען צו די עסקנים

האסטו א SOLUTION רעד, האסטו נישט קום נישט מיט טענות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 08:27 לינק ישיר 

דער majyar718 האט עפעס א נגיעה צו דעם מטורף ומנובל נחום, און פארשטייט נישט קיין חילוק פון דעם שגץ און להבדיל אלף אלפי הבדלות א שובבים תורה פון א רבי, ווי מקען זעהן אין דעם אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2428819&forum_id=16386

דער מנובל נחום שפרינגט שוין גארנישט פאר שמחה, ער שפרינגט פאר כעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 17:30 לינק ישיר 

ער איז גארנישט בשמחה, ער איז טאטאל באמאכט! אפילו אין תורה ודעת האט מען אים באוואשען, עראיז ללעג ולקלס איבעראל, פארגעס נישט, חוץ די קול קורא, און די ניבול פה וואס האט אויפגערעגט יעדען רעכט דענקענדען מענטש, האט ער ווי א שוטה גערעדט אויף "יעדעם" ממש, ער האט נישט קיינעם וואס זאל פילען פאר אים (חוץ דער קרומער עבד עברי), ער האט געמאכט גרויסע מיסטעיקס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 18:13 לינק ישיר 

מאדיאר
ס'איז דא פעולות וואס א מענטש טוט און ער קען באקומען א וועלט מיט אטענשאן, פונקט ווי דער אראבער וואס האט געדרייווט דעם טראקטאר אין ירושלים, און אלע אנדערע טעראריסטן וואס רייסן זיך אויף באקומען אטענשאן, אדער ווען איינער שפרינגט אראפ פון בריק, אזוי אויך באקומט נחום א ים מיט אטענשאן פארן זיך אויפרייסן...

עס איז פשוט נישט שייך אים דאס נישט צו געבן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 18:44 לינק ישיר 

כלל טוער זאגט אז נחום איז נישט בשמחה.

א וודאי איז ער יעצט נישט בשמחה. אבער לאכען הייסט נאר דער וואס לאכט צום סוף!

דער בעלזער רבי איז אויך געווען זייער טרויריג ווען עס איז ארויסגעקומען א שרעקליכער קו"ק פון 93 רבנים קעגן עהם און עס פלעגט הענגן אויף אלע גאסן און אין א סאך בתי מדרשים ביז לעצטענס.

אבער היינט לאכט ער פון ברך משה ער שטייט ב"ה זייער שיין מיט טויזענטער יונגעלייט חסידים ואנשי מעשה. און דער ברך משה איז ליידער אפגעשפיעלט אוודאי ביי די זלונים ובני יואל . און אפילו ביי א סאך אהרונים זיינע געוועזענע אמתדיגע גוטע פריינט וד"ל.

ניקלשבורגער רבי שליט"א  האט געוויינט ווען מען האט אים באשמוצט אין אלע גאסען מיט קול קוראס.  הוראה זו כשאר הוראת איסור והיתר ממש  (לשונו של הרבי ברך משה זצ"ל)   (טאקע ממש?)  אבער היינטיגע צייטן  אינעם איד (שטירמער) איז ער יעדע וואך שיין באשריבן וויא די גדולי האדמורי"ם און די באשמוצערס מיט זייערע רבנים קריצן מיט די ציין ממש וויא ביי דעם שעפס פון קרבן פסח אין מצרים שבת הגדול.
אדרבה דער שקרן וואס האט ארויסגעגעבן דעם פאשקעוויל מתי שוא קעגן  הרה"צ מיכל מיט גביית עדות אויף מנוולות שאין כמוהו. . איז יעצט נאכאמאל נתגלה געווארן זיין פינסטערער שקר. ביי די אריזאנע ווייץ .  וואס עס האט מעיד געווען הגאון הגדול רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי (קר"י) אז יעדעס ווארט וואס מען האט געשריבען וועגן די אריזאנע ווייץ איז שקר בולט . פונקט אזוי  אמת וויא דער קלאצעויזענבארגער רבי איז געווען א גלח. און דער פאפער רב בעל ויחי יוסף ז"ל שטיצט זיך זיין בארד מיט א גאל מעסער. .וואס אלע יונגלעך האבען געגלייבט אז וועגן דעם האט ער נישט קיין לאנגע בארד.

דאס זעלבע יעצט ביי די מעשה נורא ואיום וואס האט פאסירט פאריגע וואך אז מען האט געברענגט פון א פארעם הונדערטער טורקיס. האלב האט מען געשיקט שעחטן קיין קרית יואל. און האלב קיין וויינלענד אונטער די השגחה פון ר הלל וו"ב . און אין קרית יואל זענען כמעט אלע טורקיס געפינען געוואראן טריפה און מען האט זיי פארקויפט פאר גויים. און ווען מען האט אנגעקלאט ר' הלל וו"ב פרעגן ויאזוי האט ער געטון מיט די טורקיס  עס איז געווען קלאר טריפה לכל הדיעות האט ער געמאכט א חוכא ואטלולא ערגער וויא ביי די מילך קעסטלעך און ער האט מאכיל געוועען חסידישע אידען יראים ושלמנים מיט נבילות וטריפות מדאורייתא ממש בריש גלי וואס האבען נעבעך באצאלט א געפערפערטע פרייז פאר די טריפנה טורקיס ווייל ער האט שוין יעצט מער נישט מורא פון נחוםמען. . ווייל ער אליין האט עהם דאך שוין געאסערט וד"ל.

דאס זעלבע נעכטן נאכט ביי דעם גרויסן נס וואס דער הייליגער באשעפער האט געטון ביי מארסי קארנער ראטלידזש סטריט אין וויליאמסבורג יצ"ו וויא נאך אזא שרעקליכען עקסידענט זענען ב"ה ניצל געווארן די  יודען אויך די בחורים ( השי"ת ישלח להם רפו"ש בקרוב)  וואס קיינער קוקט זיך נעבעך נישט אום אויף זיי . נאר דער איינער נחום וואס איז מרעיש עולמות קעגן די שרעקליכע הפקירות וואס מען לאזט זיי די בחורים בחורי חמד ארומדרייען אויף די גאסען וויא הונט רח"ל . נישט חתונה געהאט אהנע ציל ותכלית השם ישמרנו.

שפארטס אפ נחוםמען. אסערט וויפיל איר ווילט .    עטץ וועט אנקומען פונקט אזוי וויא מען איז אנגעקומען מיט אביש שייגעיץ 'קלאצעבארגער גלח. ניקלשבורגער רבי. די גמרא זאגט בירה תוכיח משיח האט עטץ נישט געברענגט . עד כאן.
יה"ר שיתגלה האמת ונזכה לרב שמחות והצלחות ובמהרה יבנה בית המקדש אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 20:54 לינק ישיר 

עבד עברי

די שטייסט צוזאמען מיט מנובלים?

האסט אמאל געהערט פון בעוון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות ובחורי שונאי ישראל מתים?

האסט נישט קיין מורא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 20:54 לינק ישיר 

tאמר רבי חנן בר רבא: הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה - הופכין עליו לרעה

אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו - מעמיקין לו גיהנום, שנאמר (משלי כב) שוחה עמקה פי זרות. רב נחמן בר יצחק אמר: אף שומע ושותק, שנאמר (משלי כב) זעום ה' יפל שם

האסט נישט מורא צו זיין א שומע ושותק רחמנא לצלן?


תוקן על ידי shia550 ב- 08/07/2008 21:25:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:20 לינק ישיר 

נישט דער בעלזא און נישט לעבאוויטש, האבן געטוהן אזעלכע שגץ שטיק ווי נחום, דורך רעדן אזעלכע מנוולות.

און נחום איז דער וואס פאנגט אן יעדע מחלוקה מיט יעדן רב, נישט פארקערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:28 לינק ישיר 

ווי קומט דא אריין בעלז מיט ר' מיכל לעבאווטש דאס זענען געווען פאליטישע זאכען פון סאטמאר.

דא קומט סאטמאר נישט אריין, דא איז אלע קרייזען ווי ווערן צוזעצט ווי אזוי זייערע קינדער הערן די ניבול פה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:28 לינק ישיר 


עבד  עברי זאג: איך האב אין אכט גענומען אז קיין רב אדער דיין פון די מתירי העירוב איז נישט אינטערגעשריבן אויפן קול קורא קעגען נחום.
 
איז דאס ווייל מען איז נישט געגאנגן צי זיי, אדער זיי האבן א יד אחת מיט נחום ווייל איז פארן עירוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:35 לינק ישיר 

זיכער זענען זיי נישט געגאנגן צו זיי, ווייל ווי נישט איז עס געווארן אנגעפירט דורך חברה וואס האבן ליב אריינצולייגן זייער אינטערעסן אנשטאט אינזין צו האבן אז דער ענין וואס זיי טוהן, זאל האבן די גרעסטע הצלחה, און די בעסטע רעזולטאטן,, ס'איז א שאד אז אפאר נארמאלע מענטשן האבן זיך נישט אריינגעשטעלט אין די מערכה, און מאכן זיכער צו נעמען חתומות פון יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 22:00 לינק ישיר 

ס'איז נישט אזוי גלאטיג.. אבער ס'איז זיכער אז מיט מער צייט וואלט מען געהאט יענע רבנים אויך, מ'האט זיך געיאגט אז ס'זאל נאך קענען אריין אין בלאט זענען ארויסגעבליבען געוויסע חתימות וואס מיט נאך אביסעל געדולד וואלטען זיי מסכים געוועזען צו חתמ'ענען

בדרך אגב, קוק גוט וועסטו דאך טרעפען אפאר חתימות פון רבנים וואס זענען פארען עירוב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:11 לינק ישיר 

לכבוד שיע550 היקר
זאג זשע וועלכעס איז א גרעסערע עבירה? רעדן אדער הערן מנוולות. אדער רח"ל טוהן מנוולות

אז מען לאזט צו מלמדים און מחנכים און מקוה גייערס טוהן מנוולות (לפי שיטת נחום) ואין פוצה פה ומצפצף . דאס איז נישט קיין עבירה? נאר די איינע גמרא וואס דו ברענסט דאס איז א עבירה וחסל.

און אז יונגלעך און בחורים קוקן צו וויא יונגעלייט גייען נאך פרויען אשת איש און שרייען זיי אין פנים אדער פון אונטען יעדען שבת. דאס איז גוט פארן חינוך? דאס איז גארנישט?  

די בכלומערשטע עסקנים וואס זענען געגאנגן נעמען חתימות קעגן נחום די זענען דאך די גרעסטע מנוולים וואס זיי שרייען נאך פרויען און זיי וייסן פונקטליך וועלכע פרויען טראגן שבת און וועלכע גייען אין וועלכע צייט פונקטליך אויף די גאס.

און בכלל וואס הייסט איך האלט מיט נחום אדער נישט?

נחום גייט ווייטער רעדן אויף זיין האט ליין בכל תוקף ועוז כמאז ומקדם להחזיר עטרה ליושנה מימים ימימה ומדור דור. אדרבה ער גייט נאך מוסיף זיין נאך א האט  ליין וויא רבנים און עסקנים  גייען דארטן רעדן און אויפקלערען דעם עולם. סיי וועגן די טריפהנע טורקיס וואס ר' הלל וויינבערגער האט פאריגע וואך מאכיל געווען הונדערטער יודן יראים ושלימים און עס איז ליידער פארקויפט געווארן אין סאטמארען בוטשער 82 ליע עווע. מיטן הכשר פון ממליחה ואילך. און פון דעם איז געמאכט געווארן היימישע טורקי ראלל טרייפענע.
און אויך וועט דער האט ליין נישט פארשווייגן די פינסטערע מנווולים באיצטלא של קנאות וואס שרייען נאך יענעמס פרוי אהנע בושה והוקע אותם . דער האט ליין וועט זיך נישט אפשטעלען נאר עס וועט נאך פארברייטערט ווערן.
און ווילאנג די שטריקעס וועלן נישט ארויסקומען אפען אין דרשות אדער צעטלעך און מודה זיין אז דאס נאכשרייען פרויען איז א עבירה.און א שרעקליכער פארברעך קעגן די תורה און קעגן מענטשהייט
 און עסן טריפות בחזקת כשר איז אויך א עבירה אפילו לשיטת סאטמאר.. ועט זיי גארנישט העלפען און דער האט ליין וועט שטורמען מקצה העולם ועד קצהו

אדרבה עס גייט יעצט ארויסקומען א ספר פון ר' נחום אויף הלכות מקוואות דף על דף סעיף על סעיף מיט בקיאות נפלאה און מיט הערליכע בילדער באצירט מיט די הסכמות פון די אמתדיגע גדולי הרבנים שליט"א . און ירא הקהל וישפוט
עטץ שרייטץ אז נחום פארשפרייט מנוולות בדיבור. און אונדז שרייען מיר אז עטץ מיט ענקערע מנהיגים נועמי המדות פארשפרייטס מנוולות ממש עס האטץ מחלל געווען קדושת ישראל . און פארדארבען אונזער יוגענט אזוי וויא דעם שאפראנער זון שייגעץ וואס לערנט אויס יונגע בחורלעך בעל כרחם נאכצושרייען מיידלעך און פרויען. בושה תכסה פניכם.
נאכאמאל. דער האט ליין אדער די נייע צוויי האט ליינס זענען נישט קיין פרעסטראק אדער גל פז . וואס מען האט געקענט אונטערברענגן נאר דאס איז אזוי א כח וויא די בעלזע חסידים אדער ניקלשבורג . וואס דאס איז אויפגעבויעט לשם שמים מפרסם מאכען די פארדארבענע פארשטעלטע מזוייפים וואס זענען עושה מעשה זמרי. הייסן בחורים נאכשרייען פרויען און זענען מאכיל טריפות. 
ומבקשים שכר כפינחס.  און מאכן זיך נאך פאר רבנים און חתמענען איסורים קונמות וחרמות
מיר וועלן אייך איבערלעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:24 לינק ישיר 

יא, יא, איין עבירה איז דא אין די תורה, שרייען שבת.. אלע אנדערע איסורים זענען ביי דיר פיין, די גאנצע תורה איז ביי דיר כמאן דליתא, ס'איז גוט אז דו ווייזט ארויס דיין פרצוף

דער מנוול אויפען האטליין וואס איז חוטא ומחטיא טויזענטער בחורים און יונגעלייט מיט זיין ניבול פה וואס גייט אריין ווי גיפט אין די אומשולדיגע הערצעלעך, און וואס איז מבזה בוקר וערב אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזען פונקט ווי די אלטע משכילים, דאס איז ביי דיר נישט קיין פראבלעם,

מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:55 לינק ישיר 

עבד, פון וואו ווייסטו אזוי אלע אינסייד אינפארמאציע פון נחום???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.