| נשלח ב-7/7/2008 17:54 |
|
| |
נו, ווייז אהער די פסוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2008 22:21 |
|
| |
צדקתך
עס זעהט אויס פין דיין שרייבין אז אינז קענען זיך שוין 20 יאר, אדער ביסטו א פסיכילוג וואס קען מיט אפאר ווערטער וואס איך האב געשריבען וויסען וואס איך בין אריבער אין מיין לעיבין.
לאז מיר דיר אביסעל דערציילין,
איך בין א בחור וואס איז מצליח מיט וואס איך טי היינט, איך קוק ציריק אפאר יאר, אין איך טראכט אויף יעדע מלמד וואס האט מיר געשלוגין וואס איז געוועהן די סיבה???
חינוך???
נערווין???
שלום בית פרובליימין???
פארשטייט זיך אז אויב די סיבה איז געוועהן מיר מחנך צי זיין, אפילו ער האט א טעות געהאט אין ער האט מיר געשלוגין צי פיל בין איך נישט אויפגערעגט אויף איהם, "יעדער קען מאכן א טעות",
דיע מלמדים וואס האבין מיר געהאקט ווייל די נערווין האבין זיי געשפילט אדער ווייל דיע ווייב האט זיי אויפגערעגט, בין איך זיי נישט מוחל בזה ובבא, איך וועל מפרסם זיין זייער נעמען אין יעדען פלאץ, אין בהמשך וועל איך זיי אונקלוגין אויף "טשיילד דיביוס", אויכט די מנהלים וואס האבין געוויסט אין זיי האבין געשוויגען וועלין צאהלין טייער ווייל זיי זענען דיע זעלבע שותפים אין דיע פארברעכין.
איך האפף אז איר אלע וועלין טוהן די זעלבע וויא מיר אין אזוי וועט זיך אויפהערין די פארברעכין פין טשיילד דיביוס דורוך מלמדים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 01:47 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס איר ווילט איך האב 4 קינדער אין חדר אין קיין שום מלמד שלאגט זיי נישט
איינער וויל בסך הכל דא אונדרייען סימפאטיע פאר נ"ר
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 16:39 |
|
| |
האסטו טאקע מזל, אבער עס מוז נישט אזוי זיין, אסאך מאל קענען די עלטערן נישט וויסען וואס טוט זיך מיט די קינדער.
איך ראט אייך, אז איר זאלט גוט חוקר ודורש זיין, און טאמער עס איז טאקע אזוי, איז אפשר זאלט איר מפרסם זיין די נאמען פון די חדר, לתועלת הרבים, אז מען זאל וויסען אז דאס איז א גוטע חדר, ווי עס זענען נישט פארהאן קיין שלעכטע מחנכים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 20:20 |
|
| |
כל העולםקוק עס קוקט טאקע אויס ווי א אגענט פון בלק ב'ן צפו'ר
(די ווארט קומט פון אלי אמסעל)
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2009 09:30 |
|
| |
ס'איז נישט קיין וויץ בכלל , די התנהגות פון די מלמדים בפרט אין אמאליגע צייטן איז געוועון פשוט אומדירטרעדגליך בפרט אין די סטמערע און אין די ירושלימער חדרים, מ'האט נישט פארשטאנען צו די קינדער, א קינד וואס האט נישט געקענט ביים פארהערן האט מען געהאקט, נעבעך, ס'האט געארבעט ביי מיראיינמאל א קאלעכער א פיינער אינגערישער איד ,, דערציילט אז ער האט געלערנט אין סטמר בני ברק און א אינגל וואס האט נישט געקענט ביים פארהערן האט מען אוועקגעזט אויך די "חמורים באנק" און או דערנאך האט מען אלעמען אנגישלאגען מיט מייגייקעס,
דער ר' פלעגט זאגן "אש און פארעך וועל איך מאכן פון ענק
א נס יענער איז געבליבן א איד,....."
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2009 12:46 |
|
| |
איין מלמד פלעגט אונז איבערלייגן און אראפציען די הויזן צונאמאל אויך די אונטערהויזן און אזוי אריינפראקן אויפן נאקעטן תחת לעיני כל הקהל. פוי!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2009 20:12 |
|
| |
וואס ? דיין מלמד פלעגט אזוי טוהן ? ער מוז זיין א חולה נפש ! ווען איך האב געלערנט אין חדר מיט 30 יאר צוריק האבן עטליכע מלמדים פון די יונגערע קלאסן אויך איבערגעלייגט אבער אלעמאל אויף די הויזען. מיין כתה ד' מלמד פלעגט לייגן אויפן טיש און כמעט א יעדן זונטיק נאכן פארהער זענען איינס אדער מער קינדער געלעגן אויפן טיש און די רבי'ס שטעקן האט אריינגעהאקט אויפן זיצפלייש. פון כתה ה' און העכער האט מען געשלאגען מיט א שטעקן אויף די פלאך פון די הענט, ספיציעל מיין מלמד פון די העכסטע כתה (מיר זענען שוין דעווארן בר מצוה דארט) פלעגט שטארק שלאגען אויף די הענט. אבער דאס וואס די שרייבסט איז אומדערהערט געווען. (אינדערהיים האב איך טאקע איינמאל געחאפט אזוי, אבער א טאטע איז עפעס אנדערשט) ווי אלט ביסטו געווען ביי דעם מלמד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2009 21:48 |
|
| |
דער מלמד איז טאקע געווען מאדנע, און ער האט געדינט נישט מער ווי א האלב יאר, מען האט עם פארשיקט נאכדעם וואס מען האט זיך דערוואוסט פון די דאזיגע אקטן. מיר זענען אלט געווען דאן 10-11 יאר, אבער אזוי האבן זיך די אנדערע מלמדים באצויגען מענטשליך צו אונז
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2013 16:52 |
|
| |
א הודעה וואס איך האב באקומען אין מין פרייוויט באקס: צו "מלמדגעליטען": א גרויסע ישר כוח פאר די אשכול, דאס איז א וויכטיגע עניין וואס מען דארף קער נעמין דערפין, די האסט געברענגט בילדער פון סאטמערע חיידר אין מאנסי, גוט וואלט געוועהן אויב די וואלסט אויך געקענט ברענגין בילדער פון קינדער וואס זענען אסאך ערגער עביוזט געווארין פון מנהל שמואל אויבילענדער פון ווישניצע חיידר אין מאנסי. די בילד פון סאטמער איז נאר א משל פון וויא אזוי קינדער וואס פאלאן אריין אין די הענט פון שמואל אויבילענדער זעהען אויס. ווער עס האט בילדער זאל מיר עס ביטע ארויף לייגין אין אשכול. ווער עס האט נאך מיישעס אויף מנהלים אדער מלמדים זאל עס ביטע שרייבין אין אשכול אדער מיר עס שיקען אין פרייוועט באקס.
|
|
|
|
|