נב] במקום שאין איש, איז משוגע אויך א חוש..
נג] א גוטע עצה פון א גוטע חבר, איז גאר א גוטע רעצעפט.
נד] אז מ'ערווארט א מעלאנע, קריגט מען א פייג.
[אז מ'ערווארט א פייג, קריגט מען א מעלאנע]
נה] אז מ'איז מיד, איז א שטאל אויך באקוועם..
[אין נויט, כאפט מען זיך אפי' אויף א שטרוי.]
נו] יעדער איז אמאל גערעכט, אבער נישט אלעמאל..
נז] איגנארירן, איז שעכעדיגער ווי א שטעכווארט.
נח] אז מ'האט געמאכט א טעות אז כ'בין פרייליך, מסתמא בין איך..
נט] פון חיזוק מיט חיזוק, זאמעלט זיך אן א שיסל האניג.
ס] כ'האב פארשטאנען וואס כ'האב געהערט, בעסער ווי כ'האב עס געטראכט.
סא] אסאך יודיש נחת, אבער אהנע קדחת!
סב] דאס לעבן איז קיין ווערטל, אבער דאס לעבן ברויך א ווערטל.
סג] תירוצים קען מען נישט פארטוישן..
סד] אפשר בין איר א נער, אבער נישט דיינס!
סה] נעם דיר גערן בוד, אבער נישט אויף יענעמ'ס בֵד..
סו] א רחמנות אויף איינעם וואס ווארט אויף מענטשנ'ס רחמנות.
סז] אז מ'שנייד די פירות וואקסט נאך. אז מ'נוצט דאס געלט, פארדינט מען מער.
סח] גרינג פארדינט, פארלירט מען שנעל..
סט] אויב באשלאסן, איז שוין געטוהן!
ע] די קונים זענען שוין נערוועזער ווי דער מוכר..
עא] נאך מרור כורך, איז שלחן עורך..
עב] זיי נישט קלוג, זיי נארמאל.
עג] דער שלימזל שטאלפערט איבער א שפענדל אויכעט..