פב] די בעסטע לעמעלע קאן אויך אמאל בייסן.
פג] זכי', סגולה, רחמנות, קען מען נישט אויפטוישן אין באנק.. [זאגן נעבעך, העלפט נישט דעם מצב]
פד] א חכם א גלאטע נארישקייט, מאכט זיך אמאל! דער טיפש א טיפע טעות, קיינמאל.
פו] מיט יענעמס ביטחון קען איך נישט צו רעכט מאכן מיינע פראבלעמען.
פז] א טייגער האט אויכעט דאס מידת רחמנות! אויף זיך..
פח] צייט מיט געדולד, איז דאס קונץ וואס העלפט.
פט] פון צווישן אסאך שטרוי און פלעווער, קומט אמאל ארויס אביסל גוטע תבואה
צ] אז מ'איז ביי יענעם אויף קעסט, לאזט מען זיך שטאפן!
צא] אז מ'יאגט זיך שרעקליך, געדויערט עס דאפעלט צייט.
צב] אנשטאט זיך צוברעכן, טוה זיך א בארעכן..
צג] ס'נישט אזוי געפערליך אז דער חכם מאכט זיך נאריש, ווי דער נער מאכט זיך א חכם.
צד] א אויסגעוועפטע ווערטל, איידער מאכן פרייליך מאכט עס נאך קליא..
צה] אז מ'קען זיך ווישן אין יענעמס גוטע מידות, פארוואס פארפלעקן די אייגענע געביגעלטע מידות רעות..
צו] יעדע זאך האט סוף כל סוף א סוף
צז] משוגע האט אסאך קאלירן, און ווי לענגער מ'לאזט עס האדעווען, וואקסט דערויף שוועמעלעך
צח] צו גוט איז טייטש שלעכט!
צט] אדורכ'שווימען א פראבלעם, איז דאס ווייטסטע דערגרייכונג.
ק] אז ס'נישטא קיין ווייץ עסט מען שטרוי
קא] רואיג און שטייט, מיט די צייט, גרייכט מען גאר ווייט.
קב] די בעסטע לעמעלע קאן אויך אמאל בייסן.
קג] א גאר גוטע עצה איז גוט נאר פאר גאר גוטע לייט.
קד] ווען דער טיפש ערקלערט זיך א מבין, איז דאס א אומגעראכטענע וויץ.
קה] אז מ'האט א גוט'ס אין מויל, טאר מען עס נישט פארשלונגען.
קו] אפילו ווען ס'איז עק וועלט, איז אויך פארהאן א וועלט.
קז] ווען צו זיין ערענסט, דאס איז אויכעט פונעם בדחנ'ס חושים.
קח] טראץ דער קאמידיער שפעט זיך אליין אפ, שפירט ער זיך דאך פארשעמט.
קט] דאס שלימות פונעם ווערטל איז, ווען דער בדחן לאכט מיט.
קי] איך בין איבערצייגט וואס דו זאגטס, און דו?
קיא] יעדעס ווארט פונעם באבע, איז א באזונדערע ערציילונג