ליינענדיג אייערע ווערטער בין איך געווארן אינגאנצן אנטוישט פון דיר, הזאת עבד עברי? ווי פאסט דאס
פאר חכם, ותלמוד חכם, שכמותך צו רעדן אזעלכע שטותים והבלים? ביסטו אראפ
פון זינען, ביסטו א קינד אדער סתם נער?
זייט
ווען זענען אזעלכע הוכחת א ראי' צום אמת? זייטן חטא פונעם נחש הקדמוני
האבן אלעמאל עקזעסטירט אויף דער וועלט צוויי צדדים; פון איין זייט איז
אלעמאל געשטאנען דער צד הטומאה אויסגעשטרעקט מיט אירע שפיזן און
אריינגעשניטן טיף טיף ביז אין דער צד הקדושה אריין, ווען צו דער זעלבער
צייט האט זיך די צד הקדושה אלעמאל אפגעגעבן להוציא חרב מתערה אפצושלאגן
מיט וואס מ'קען נאר די צד הטומאה. (די שאלה איז נאר אלעמאל געווען ווער
ס'איז די צד הקדושה און ווער ס'איז די צד הטומאה...).
זאגט נאר, ר' עבד עברי, טייערער:
*זענען דען די קראים וצדוקים באלד אונטערגעגאנגען ווייל די חכמינו ז"ל זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן זיי?
*זענען דען די חכמי הפיליסופים באלד אונטערגעגאנגען ווייל דער רשב"א האט ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן זיי?
*זענען דען די שבתאים ימ"ש אזוי שנעל אונטערגעגאנגען ווייל די צדיקי הדור האבן לוחם געווען קעגן זיי?
*איז דען די פארשאלטענע השכלה אזוי שנעל אראפ פון די מאפע ווייל די צדיקי הדור בימים ההם זענען ארויס קעגן דעם במלחמת חרמה?
*זענען דען די נעלאגן אונטערגעגאנגען בימים ההם ווייל די תלמידי החתם סופר האבן זיי פארשריגן מיט חרמות איסורים און קול קורא'ס?
*זענען דען די ציונים למיניהם אונטערגעגאנגען ווייל צדיקי הדור האבן געקעמפט קעגן זייער רעיון מיט ציין און נעגל?