הרבני הנגיד רבי ליפא קויפמאן מנדב מיליאן דאלאר
די וואך איז געקומען די פרייליכע מעלדונג אז דער באקאנטער רוחם ומוקיר רבנן, און פון די גרעסטע שטיצער פון מוסדות סאטמאר בכל אתר ואתר, הרבני הנגיד המרומם
רבי ליפא קויפמאן ובנו רבי שלמה קויפמאן שליט"א פון קרית יואל
זענען מנדב די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלאר, עפ"י בקשת כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר דעם נייעם בנין
פון די סאוט 8 שוהל אין וויליאמסבורג
וואס וועט אי"ה טראגן דעם שיינעם נאמען
אוהל אלטא פיגא דסאטמאר
רבי ליפא שליט"א איז געווען די פארגאנגענע וואך ביי רבינו שליט"א און האט אויסגעדרוקט גרויס פרייד אז ער קען שטיין לימין קדשו, און האבן א חלק אין די גרעסטע הרבצת התורה ועבודה וואס סאטמאר שטעלט אהער.
|
|