אופפסס, אויף דעם האב "געווארט"
איך האב געוויסט אז מיין רבי איז דא שולדיג, האב איך געווארט אויף געווארטזאל ערקלערן פארוואס,
ווען דער רבונו של עולם האט געזאגט פאר משה רבינו לך רד כי שחת עמך,
איז דאך שווער וואס הייסט "עמך" איז דאס דען נישט הקב"ה'ס פאלק פארוואס איז דאס פלוצלינג
געווארן משה רבינו'ס פאלק, אבער אזוי איז עס, דער צדיק הדור דער רבן של כל בני הגולה דער רבן
של ישראל איז פאראנטווארטליך אויף כלל ישראל, און ווען זיי פירן זיך נישט
אויף ווי עס באדארפט צו זיין איז עס "עמך" דיין פאלק,
אזוי דא אויך דער אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא אונזער הייליגער רבי שליט"א וואס איז היינט דער רבן
של ישראל, נו, איז ער דאך פאראנווארטליך, איז ער טאקע שולדיג אז דער מנוול ושייגץ נחום ראזענבערג
פארשפרייט זיינע מנוולות אויף דעם האטליין,
אינטרעסאנט איז, אז פונעם משל וואס רבינו ברענגט פון דעם צינדער וואס האט אנגעצינדן א מעכטיג פייער און
אנגעהויבן צו שרייען "פייער פייער" עולם גולם האט נעבעך געמיינט אז דער פערשוין האט זיי געראטעוועט,
זיי האבן זיך פאר עהם זייער שיין באדאנקט אבער דער אמת איז אז דער איז גאר א רוצח, ער איז דער צינדער,
אזוי דא אויך, דער נחום ראזענבערג איז נישט דער וואס ראטעוועט כלל ישראל, ניין!, ער איז דער צינדער
און דער וואס פארדארבט, נאר אזעלעכע קליין קעפיגע ווי געווארט און בדומה לו מיינען גאר אז ער ראטעוועט.
אינטרעסאנט, כאטש דער טרפה'נער האטליין פון דעם שייגעץ נחום האקט און בראקט וואך נאך,
עם כל זה שרייבט אונזער באליבטער "געווארט" אז:
די וואך פרייטאג צי נאכט'ס איז א בחור אין וויליאמסבורג אוועק ל"ע פין א אווערדאס פין דראגס
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
געווארט, וויאזוי האט נחום'ס האטליין נישט געשיצט אויף דעם אומגליקלעכער בחור?,
און פארוואס נאר איין בחור?, ס'איז דאך דא כאטשיג 30 פראצענט בחורים וואס נעמען דראגס,
און בכלל דארף דאס שוין נישט זיין קיין נייעס, ווייל אז מען איז אזוי משוקע אין דראגס,
דארף דאס פאסירן מידי יום ביומו... אבער ניין, איך וואלט אויך געלאכט ווען עס קומט מיר נישט צו וויינען,
מען נעמט א אומגליק וואס האט נעבעך פאסירט און מיט דעם פראבירט מען צו בארעכטיגן א שמוציגן מנוולדיגער
האטליין, איך קען מיך נישט איינהאלטן, כאטש איך האב נישט געוואלט שרייבן איבער דעם נושא אבער דער הכרח
איבער צו צייגן דאס געמיינהייט און פארדארבענקייט פון דעם אכזר ורוצח נחום ראזענבערג, אן קיין שום רחמנות
אויף א משפחה וואס האט יארן צוריק מיטגעמאכט א שווער פעקל, אבער ניין, נישט נחום, ער וועט קיינעם נישט שוינען,
יעדע קאטאסטראפע, יעדער אינצידענט איז נאר ווייל עמעצער האט פוגע געווען, און אלעס וועט דער נידעריגער שייגאץ
ארום שרייבן מיט זיינע שקרים אלץ נאר ס'זאל שטימען מיט זיין אגענדע.
יארן צוריק האט געלערנט אין די סאטמארע ישיבה א בחור תמים במעשיו א ערליכער בחור א יתום מאב און פראבירט
זייער שטארק צו גיין בדרך הישר והטוב, דער בחור זיכענדיג עפעס העכערס האט זיך דאן מתחבר געווען צו א חבורה
וואס בראשם איז געשטאנען איינער וואס איז היינט (כלשונו פון נחום) א גרויסער רבי פון מאנסי, אבער בימים ההם האט
ער אנגעפירט א חבורה וואס איז געווען למורת רוחו פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע און פון די הנהלת הישיבה,
די גאנצע חבורה האט זיך געפירט אינטערערדיש, איך מיז מודה זיין אז רובא דרובא פון די חברי החבורה זענען
געווען פון די בעסטע בחורים פון די ישיבה, אזעלעכע וואס האבן געשטרעבט צו עפעס מער, עפעס העכערס, די האבן
זיך מתחבר געווען, די חבורה האט זיך געפירט אויף א עקסטרעם פרומען דרך, מען האט זיך מתוודה געווען אויף די
חטאים, מען האט תשובה געטוהן צוזאמען, הקיצור צו די חבורה האט זיך דער בחור מתחבר געווען, שפעטער האט ער
חתונה געהאט און ווייטער ממשיך געווען ביי די חבורה וואס דארט האט מען געפרעדיגט די ווילדסטע און פאנאטישע
פרומע שטיק, דער ראש החבורה האט גיריטן אויף די שוואכע נשמות און געשריגן אז טאמער חלילה פאלט מען אדורך
העלפט נישט קיין תשובה, וכדומה, ס'האט נישט געהאלפן אלע איסורים וחרמות אויף די דאזיגע חבורה, זיינע חסידים
האבן זיך ווייטער געקלעבט אין עהם, נו, אונזער בחור וואס איז שוין היינטצוטאג געווען א יונגערמאן האט געהערט מפה
ראש החבורה אז טאמער פאלט מען חלילה אדורך מיט די שרעקליכע זונד, העלפט נישט קיין תשובה נאר מיתה איז
מכפרת, דער יונגערמאן ואס איז נעבעך אדורכגעפאלן האט דאס זייער ערענסט אנגענומען, און נישט קענען פארנעמען
אז ער קען שוין נישט תשובה טוהן, האט נעבעך גענומען א גאן און זיך ל"ע גענומען דאס לעבן, ער האט איבערגעלאזט
א קלארן צעטיל אז ער איז נעבעך דורעכגעפאלן און לפי דברי ראש החבורה קען ער נישט תשובה טוהן נאר מיט מיתה
על כן האט ער זיך גענומען דאס לעבן, דעם נפטר וואס איז אגב געווען גאר א חשובער יונגערמאן האט מען נישט
געוואלט לייגן אין סאטמאר האט מען עהם געלייגט סמוך ונראה און די חלקה פון יראים (וואס אגב ליגן דארט נאר
שומרי שבת ושומרי תורה ומצות, להיפוך מדברי השייגץ נחום) און ווי פארשטענדליך האט דער עפיזאד מעורר געווען א שטורעם, דער ראש החבורה איז אראפ געפארן זיך צו זיין פרישן קבר אויסגעזאגט תהלים מיט בכיות נוראות, עהם מפייס
געווען, און זיך פארגענומען צו טוישן זיין דרך און זייט דעמאלטס האט ער טאקע אויפגעהערט מיט זיינע עקסטרעמע
פרומע שגעון'ען, און איז געווארן א נורמאלער רבי, (איך האב געשריבן זייער בקיצור מפני כבוד המעורבים),
אצינד, דער מנוול ושייגץ נחום ראזענבערג, האט גענומען דעם עפיזאד, און צו געלייגט א פוגע מיט א נפגע, אז
כאילו עפעס א מנהל האט מיט עהם געטשעפעט, (שטעלט אייך פאר, א מנהל המוסדות, בו בזמן וואס זיין ישיבה
איז אין קעמפ, האט נעבעך געטשעפעט א... יונגערמאן, (נישט א יונגעלע אדער א בחור'ל) און דער יונגערמאן האט
זיך מיט עהם נישט געקענט קיין עצה געבן, און אנשטאט אריין צו שיסן א קאל אין קאפ פון דעם פוגע האט ער נעבעך אריין געשאסן א קאל אין זיין אייגענעם קאפ, און דער שקרן וכזבן ברענגט נאך עדות דער גרויסן רבין פון מאנסי...
נחום נחום, ווי נידעריג קען מען ווערן, מען האט נישט קיין מורא פון א שוכן עפר, מען האט נישט קיין מורא פון
באשעפער, אלעס אלעס איז מותר, נאר כדי ווייטער צו פירן די מנוולדיגע אגענדע. כשהן יורדין...
ווייטער שרייבט ער:
הינדערטער בחורים דרייען זיך אויפן גאס אן קיין ישיבה
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
הונדערטער?, ממש הונדערטער? אבער איז דאס אזוי הונדערטער ווי מיר האבן 150 מו"צלעך...
לאמיך דיך פרעגן, אויב איז א מלמד אדער מנהל חלילה פוגע אין א יונגל, וואס האלסטו דארף מען טוהן מיט דעם מלמד,
ארויסווארפן!!! ארויס שייגעצן!!! מבזה זיין!!! איי דער מלמד האט דאך א ווייב, ער האט דאך טייערע קינדערלעך, ער האט
א טאטע און א מאמע, א שווער און א שוויגער, וואס די חרפות און בושות וועט זיין אזוי מעכטיג אז פון נארמאלע
שידוכים פאר די קינדער קען ער שוין פארגעסן, אבער, ער איז א פוגע דארף ער מיט זיין משפחה ליידן די קאנסעקווענצן
און א שייגץ ארויס, נו, לאמיך דיך פרעגן, אויב דער פוגע איז נישט א מלמד נאר א בחור אין די ישיבה, וואס פאר יעדן
מלמד וואס איז א פוגע איז ליידער דא צענדליגע בחורים וואס האבן פון זיך אראפ געווארפן יעדן שמץ יראת שמים, זיי
פאלגן נישט, פרעגן קיינעם נישט, און טוהן אפ כל עבירות שבתורה, און שלעפן נאך מיט אנדערע, וואס האלסטו,
מה דינו של זה, דארף מען אזא בחור האלטן אין די ישיבה אדער עהם ארויס ווארפן?, וויסן זאלסטו, אז קיין איין ישיבה
ווארפט נישט לייכט ארויס קיין תלמידים, וויפיל טרערן לאזט א מנהל המוסדות בעפאר ער זאגט אז ער קען נישט
ווייטער האלטן דעם בחור, (איך רעד נישט נישט דא פון די קליינע ישיבות וואס נעמען נאר אן די אזוי גערופענע מצויינים,
וואס איז איז א פרשה בפני עצמו, דא רעד איך איך פון די גרויסע קאמערשאל ישיבות וואס פארן מיט א סיסטעם, תלמוד תורה, ישיבה קטנה און נאכער ישיבה גדולה, וואס דארט איז יעדער בחור וואס האלט ביי עפעס, ער איז גרייט זיך אינטער צו ווארפן יעדער אזא בחור האט א זכות כניסה אין די ישיבה פון די ישיבות רעד איך דא), וויסן זאלסטו ויפיל טאטעס רופן די
הנהלה און שרייען און וויינען אז אויב האלט מען דעם אדער יענעם בחור זענען זיי געצווינגען ארויס צו נעמען זייערע קינדער
ווייל יענער בחור האט זייער א שלעכטע השפעה אויף זייערע קינדער, נו, וואס האלסטו דארף די הנהלה טוהן, יא, ווען
דער בחור המדובר, דער בחור הפוגע, וואלט זיך אינטערגענומען צו פארבעסערן זיך, ער זאל כאטש צוזאגן אויס צופאלגן
די הנהלה, ער איז גרייט זיך אינטער צו ווארפן אינטערן עול ההנהלה, נו, דאן וואלט דער פראבלעם געווען פיל קלענער,
נאר מען רעדט ליידער פון בחורים וואס האלטן שוין ליידער אסאך ווייטער, בחורים ואס דער צער פון טאטע מאמע מאכט
ביי זיי אינגאנצן נישט אויס, זיי לאכן זיך אויס פון אלעמען, און די בחורים האלסטו אז מען דארף ווייטער האלטן אין די ישיבה,
לאמיך דיר זאגן, רוב בחורים, אפילו די וואס מען וויל נישט צוריק אנעמען אין די ישיבה אויב האלטן זיי ביי עפעס קענען זיי זיך
צו פאסן צו א ישיבה, ס'איז דא פלענטי ישיבות וואס נעמען אן שוואכערע בחורים און טוהען אויף גדולות ונצורות, דער פראבלעם איז נאר מיט בחורים וואס מען האלט ליידער לאחר היאוש וואס מיט זיי איז ליידער דער מצב זייער ביטער
און קיין שום יוד זאל דאס חלילה נישט מיט מאכן,
ווייטער שרייבט ער:
א שיינער סכום בחורים זענען ל"ע אויף דראגס
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
א שיינער סכום?, וויפיל? וויפיל איז דער שיינער סכום?,
הער מיך צו, איז דא א פראבלעם מיט דראגס, געוויס אז יא, אבער דער פראבלעם ביים היימישן ציבור
איז אזא מיעוט שאינו מצוי אז רעדן דריבער איז פיל שעדליכער ווי דער גאנצער פראבלעם,
איך מאך נישט אוועק דעם פראבלעם, אבער שרייען אויף די ראדיו און אויפן האטליין די שקרים אז
ס'איז א עפידעמיע, און אז הונדערטער בחורים זענען אויף דראגס, איז א חורבן איום ונורא.
נישט בחינם שרייבן די רבנים שליט"א "המושחת הזה הינו אבן נגף לבית ישראל"
הינדערטער יונגעלייט זענען די ניין זיממער וואכן אויף הפקר זיי דאוונען נישט זיי לערנען נישט , נאר זיי דרייען זיך אויף די ערגסטע פלעצער ל"ע
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
ווייטער, הונדערטער יונגעלייט, אוי וויי, אוי וויי, הונדערטער יונגעלייט זענען נעבעך אויף הפקר גאנצע ניין וואכן,
איי טויזענטער יונגעלייט פילן אן די בתי מדרשים אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט ער נישט, און דאס
זעהט ער נישט, געווארט, איך וועל גיין א שטאפל ווייטער, נישט נאר ניין וואכן, נאר ליידער א גאנץ קיילעכיג יאר גייען
נעבעך יונגעלייט אויף די ארגסטע פלעצער, זיי לערנען נישט און דאווענען נישט, נישט נאר זומער, נו, וואס זאלן מיר
טוהן, כאטשיג נחום שרייט אויף די טרפה'ענע האטליין, עם כל זה איז ליידער דא פלענטי יונגעלייט וואס גליטשן נעבעך,
די רבנים האלטן דרשות און שרייען געוואלד, אבער נחום לאכט דאך פון זיי, ער רופט זיי אן עוכרי ישראלים, גנבים און
פארברעכער, נו וואס פאר השפעה קען שוין א דרשה פון א רב אדער רבי האבן אויף דעם שוואכן יונגערמאן, אנשטאט מחזק
צו זיין די דברי הרבנים און האפן אז זייערע דרשות ודיבורים זאלן האבן עפעס א השפעה, קומט דער מסית ומדיח, דער
מלגלג על דברי חכמים, דעאר וואס שפעט אפ פון אלע רבנים, דער צינדער, און ער שרייט ס'ברענט א פייער...
הער אויף צו צינדן, וועט נישט זיין קיין פייער.
געווארט, ס'איז נישטא קיין שום מחלוקה צעווישן נחום ראזענבערג מיט די רבנים, ס'איז א מחלוקה צעווישן רבנים
מיט א מסית ומדיח א רשע ועוכר ישראל, א מלגלג על דברי חכמים אשר נידון בצואה רותחת,
דו פראבירסט זייער שטארק צו פארגלייכן דעם געפעכט מיט נחום צו די מחלוקה פון סאטמאר-בעלז,
סאטמאר-קאשוי, אדער קלויזנבורג, זייט די וועלט שטייט איז אייביג געווען מיינונגס פארשידנהייט,
און אלע זענען געווען א מחלוקת לשם שמים, דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געשריגן אז בחירות
איז ביהרג ואל יעבור, און בעלז וויזניץ וכו' האבן געהאלטן אז ס'איז גאר א חוב קדוש, נו, מיר סאטמארער חסידים
האבן געוויס געהאלטן אז אונזער רבי איז געווען גערעכט, און די בעלזע חסידים האבן געהאלטן אז זייער רבי איז גערעכט,
דער סאטמארער רבי זי"ע האט געהאלטן אז דער דרך פון ליבאוויטש איז א חורבן פאר כלל ישראל, און האט געלאזט
פאלן אויפן חשבון פון ליבאוויטש גאר שארפע לשונות, און ליבאוויטש האט געהלטן אז זייער דרך טיט גאר אויף פאר
אידישקייט, דער קאשויער רב האט געהאלטן אז די בהמה פלייש איז נבלה וטריפה חלב דאורייתא, און דער הייליגער
ברך משה זי"ע האט געהאלטן אז דער קאשויער רב פארשטייט צו ניקור פונט ווי צו א מעקענטשט קאמפיוטער, און אז
ער ווערט נאר געהעצט פון מחרחרי ריב, אבער כולי עלמא מודים אז די זענען ביידע צדדים געווען ערליכע אידן,
וואס האבן נאר געמיינט לשם שמים, און אויף דעם איז דא עפעס א באגריף פון אלו ואלו דברי אלקים חיים, כאטש צוויי
שיטות זאגט איינער להיפוך פון צווייטן, אבער ווי באלד די מיינסט כולו להשם, איז אלו ואלו דברי אלקים חיים,
אבער דא קומען אריבער דרייסיג רבנים און שרייען אוים קבל עולם ומלואו, אז דער נחום איז א מחרחר ריב, א מבזה רבנים
ותלמידי חכמים, ואסור לשמעו, ער איז קיין רב, ער איז קיין תלמיד חכם, ער איז א פאלנער מנוול, קומט אזא נידעריגער פערשוין ווי געווארט, און נעמט זיך נאך אן פאר עהם,
זאג נאר צו וואס גלייכסטו צו די מנוולות רייד פון נחום שייגעץ, צו וועלעכע פון די פאלגענדע?
ווער האט געזאגט אויף קאשויער רב זצ"ל עפריה לופימה
ווער האט געזאגט אויף קאשויע רב זצ"ל ער איז מיט די שוך אין זאקן אין נ' שערי טומאה
ווער האט געזאגט אויף וויזניצער רבי א פראפעשענעל בעל מוחה
ווער האט געזאגט אויף ר' יחזקאל ראטה באבא יחזקאלי
ווער האט געזאגט אויף די אלטע רעבעצין ,די מכשפה
ווער האט געזאגט אויף ר' שלום יודא גראס ימ"ש
ווער האט געזאגט רב בוק , בוק שמיק
ווער האט געזאגט אויף ר' שמעי גרינבוים , א קצב
צו עפרא לפומיה? וואס רבינו שליט"א האט אלץ קרית יואלער רב איינמאל געזאגט בעידן דרותחא אויף
קאשויער רב, נאכדעם וואס דער קאשויער רב האט געזאגט אז שוין דרייסיג יאר (?) עסט מען נבילות וטריפות
און אויף וואס ער האט עם כמה פעמים מפייס געווען און קאשויער רב האט עהם צוריק געשריבן
אז ער איז אויף עהם בכלל נישט ברוגז, אדער עפעס אנדערע לשונות של ביטול וואס מען האט אמאל בשעת
כעס אנגערופן יענעם?, דאס גלייכסטו צו צו נחומס וועכענטליכער מנוולות האטליין?
איין זאך קען איך זאגן פאר די שוטים די נחום ראזענבערג קאל-עיד טרינקערס
וועקט אייך אויף שוטים, ווי לאנג עס איז נישט שפעיט...
אצינד, לאמיך מיך אדארעכשמועסן מיט מיין פריינד געווארט,
אזוי פערסאן טו פערסאן, הארט טו הארט,
WHAT'S YOUR PROBLEM?
COME ON
רעד דיך אויס, וועסטו זיין ס'וועט דיר לייכטער ווערן,
האסט פיינט רבי אהרן?
אלל-רייט, נישט געפערליך,
איך בין שוין געוואוינט דערצו,
רוב רובם פון חסידישע אידן האבן פיינט געהאט אונזער באליבטן רבין דעם בעל דברי יואל זי"ע
ווי אויך דעם הייליגן ברך משה זי"ע דארף איך דיר נישט זאגן וויפיל שונאים ער האט געהאט,
נו, איז נאר פארשטענדליך אז אונזער הייליגער רבי שליט"א דער ממשיך דרכם וממלא מקומם
פון די אויבן דערמאנטע הייליגע רבי'ס זאל אויך האבן שונאים, אדרבה, ה' לי בעוזרו ואני אראה בשונאו,
וואס דען, די האלסט נישט אויס די הצלחה פון רבינו הקדוש שליט"א ווי צוביסליך ווערט ער
אנערקענט אלץ דער רבן של ישראל דער גרעסטער מנהיג ישראל, און דאס קענסטו נישט פארנעמען,
אויך נישט געפערליך, וועסט דיך מוזן צו געוויינען צו דעם, לערן דיך אויס צו שלינגען,
אבער וואס פאר א גיט יאר האט דיין שנאה לרבינו שליט"א מיט די מערכה פון דעם מושחת נחום ראזענבערג,
דיין הייליגער רבי זלמן לייב האט דאך עהם אויך געאסערט, איז דען דער איסור פונעם הייליגן
שארמאשער נישט גענוג?, און וואס איז מיטן ראב"ד ר' ישראל חיים מנשה מיט זיינע חברים
ר' זלמן לייב פיליפ מיט ר'שלמה לייב וויינבערגער?, איז דיין שנאה צו רבינו שליט"א אזוי שטארק גובר
אז אפילו מיט די שארפע איסורים פון דיינע גדולי התורה לאכסטו זיך אויס נאר להכעיס רבי אהרן,
למשל ביטווין מי ענד יו, האסטו אויפגעהערט צו האלטן שבת נאר ווייל רבי אהרן האלט שבת?,
און וואס איז מיט בארד און פאות, האסטו דאס שוין אפגעשוירן להכעיס פון רבי אהרן,
איז דער איסור פון קאשויער רב נישט גענוג פאר דיר?, איז דער רבי אהרן טאקע אזוי גרויס
אז ער איז שקול אקעגן דיינע אלע צדיקים?
JUST ASKING