בית פורומים כל העולם כולו

איז נחום נישט גערעכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/7/2008 17:19 לינק ישיר 

שגית, שגית, ועוד איך שגית!!!
וה' הטוב יכפר בעדך,

טייערער עבד,
ביסט אזוי ראנג אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן
קודם כל, לו יהא אז ביסט יא גערעכט, איז דאך לכל זמן,
און אצינד איז זיכער נישט די צייט צו קלאפן די רבנים וואס זענען שטרענג ארויס געקומען
אקעגן דעם שחצן ומנוול נחום ראזענבערג, ביי די 6 טאקיגע מלחמה האט דער רבי דער בעל
דברי יואל זי"ע נישט געוואלט רעדן אקעגן די ציונים, זאגענדיג אז בשעת מלחמה איז טוב לחשות,
ס'איז נישט די צייט, אזוי אויך אצינד בשעת די מלחמה מיט נחום איז נישט די צייט צו פארפירן אויף
די רבנים,

דאס איז אויב די וואלסט געווען גערעכט, אבעל ליידער לעבסטו מיט א אמתדיגע שנאה מיט א פאלשע אויסרייד,
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה איז דארט געווען א בחור וואס האט געהייסן יואליש מארגענשטערן
ער האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה, ממש לא פסיק פומיה מגירסא, ער איז שפעטער געווארן א איידעם
ביי שארמאשער רב זצ"ל און לאחר פטירתו געווארן דער שארמאשער רב, דער רבי יואליש, כאטשיג איך האלט נישט
פון אלעם וואס ער זאגט, זיין מיינונג אויב איז עס להיפוך מדעת מיין רב אדער רבי, איז מיך נישט מחייב, אבער
א דעת תורה האט ער זיכער, ובפרט ווען עס זענען נישטא קיין חולקים איז קלאר אז זיין איסור אויף נחום איז
קראנט, אויך האב איך געלערנט מיט צוויי בחורים ברודערס וואס האבן זייער פלייסיג געלערנט, איינער האט געהייסן
אייזיק אייכענשטיין און דער ברודער האט געהייסן דוד אייכענשטיין, זיי זענען געווען אויסער געווענדליכע מתמידים,
נאך זייער חתונה איז איינער געווארן דער גאלאנטער רב און דער ברודער איז געווארן בורשטינער רב, אויך די זעלבע,
זייער דעת איז מיך נישט מחייב אבער דא בנידן דידן האבן זיי אויך געחתמט און איך נעם אן זייער איסור זייער ערענסט,
אויך האב איך געלערנט מיט א בחור'ל א מתמיד עצום, געלערנט אויסער געווענדליך פלייסיג מיטן נאמען זלמן לייב פיליפ
דער זלמן לייב איז אויסגעוואקסן א דיין אין סאטמאר, און דער רבי זלמן לייב האט אויך געזען פאר ויכטיג אינטער צו
שרייבן דעם איסור אויף נחום, און ווי געזאגט זיין מיינונג ווען ס'איז נישט בניגוד פון אנדערע רבנים איז זיכער א קלארער
דעת תורה, און איך רעד שוין נישט פון דעם בחור געציל בערקאוויטש וואס איז שוין בשעתו געווען א תלמיד חכם עצום
דער רבי זי"ע האט זיך כסדר משתשע געווען מיט עהם, דער געציל איז אויסגעוואקסן צו ווערן דער גרויסער דיין פון קרית יואל און ער האט אויך אינטערגעשריבן דעם איסור, די אלע רבנים מיט נאך אנדערע גדולי תורה האבן אינטער געשריבן א גאר שארפן איסור אויף דעם מנוול נחום ראזענבער וואס אגב האט אויך געלערנט שפעטער אין די ישיבה און איז שוין דאן געווען דער גרעסטער מטורף אין די ישיבה, און צו האבן דעם טיטול גרעסטער מטורף אין די ישיבה איז נישט געווען פון די לייכסטע זאכן,
פון די 700 - 800 בחורים האבן מיר געהאט פלענטי מטורפים אבער קיינער איז נישט צו געקומען לקרסולי רגליו,
כולם כאחד יחד הודו והמליכו דעם נחום ראזענבערג אלץ דער גרעסטער מטורף.

אלזא THERE IS NO CONTEST, דא איז נישט קיין געפעכט צעוישן נחום ראזענבערג מיט די רבנים אדער די רבנים מיט
נחום ראזענבערג, דא איז א דעת תורה פון רבנים אקעגן א מסית ומדיח א אבן נגף לכל בית ישראל, און אצינד צו קלאפן
די רבנים איז פונקט ווי אלע מינים ואפיקורסים וואס האבן אלץ געשפעט און געשריגן מאי אהני לן רבנן, דאס איז אלץ
געווען דער דרך פון די קלים ורקים פושעים ופוחזים אראפ צו רייסן די רבנים, אדרבה ווייז מיר איין רב וואס האלט אנדערשט,
איין דיין אדער חשובער רב וואס זאל זיך אנעמען פאר עהם, עס עקזעסטירט נישט, יא, נחום לאכט אז די אהרונים האבן ארויס
גענומען ר' זלמן לייב פון זייער קול קורא, און די זאלונים האבן ארויס גענומען די נעמען פון רבי מענדל מיט דעם דיין רבי משה
פריעדמאן, און מיט דעם ערקלערט ער ניצחון, אבער יעדער ווער עס האט א מוח בקדקדו זעהט אז דאס איז שטותים מיט הבלים
ווייל האט דען רבי זלמן לייב געשריבן אנדערשט? האט ער ער זיך דען אנגענומען פאר נחום?, צו ביי די זאלונים האט דען דער
רב רבי מענדל מיטן דיין רבי משה זיך אנגענומען פאר נחום, ניין!!! אלע פון ביידע צדדים שרייבן בפה אחד אז דינו כחוטא ומחטיא
את הרבים ואסור לשומעו, און דאס איז זיכער יעדן מחייב.

דיינע אנדערע שטותים איז פשוט נישט ווערט צו ענטפערן, ווייל דער מסור יוסל ואלדמאן איז נאך עד היום אראפגעקיקט ביי
יעדן ערליכן יוד, די געשלעג און טעראריזם וואס האבן זיך אויף געהערט איז בכלל נישט צו פארדאנקן יוסל וואלדמאן, נאר
פאר כ"ק רבינו שליט"א וואס האט זיך אפגעשאקעלט פונעם גרויסן ארכי טעראריסט משה גבאי, דאס איז געווען ווען דער
מצב פונעם הייליגן ברך משה איז געווארן זייער שוואך און משה גבאי האט עהם דאן גענוצט פאר אלע זיינע שייגעצשטיק
און מיטן רבין איז נישט שייך געווען צו רעדן, האט דער דעמאלצדיגער קרית יואלער רב שליט"א געזאגט עד כאן, גענוג
איז גענוג, דער משה גבאי האט עהם געסטראשעט מיטן ערגסטן און אין א געוויסן מאס מקיים פסק געווען, דער נוקם ונוטר האט אנגעמאכט פארן רב פלענטי עגמת נפש ושברי לב, אבער עם כל זה האט ער זיך נישט דערשראקן און דאס האט געברענגט
צו היינטיגן שטילשטאנד,

אזוי אויך מיט דיין נארישע טענה פון מאכיל נבלות וטריפות, וויל איך דיר זאגן, רז רבי אהרן טייטעלבוים דער באטערער רב
איז נישט קיין מאכיל נבילות וטריפות, זיינע תשובות בכתב בנוגע די טענות אויף די שחיטות האבן איבערגעצייגט רוב
רובן פון רבני ארץ ישראל וחוץ לארץ אז ער איז גערעכט, אוודאי קען מען אלץ מחמיר זיין, אבער פון מחמיר זיין ביז מאכיל
נבילות וטריפות איז פאלג מיך א גאנג, אבער ווי געשריבן אפילו ס'איז דא גערעכטע טענות אויף געוויסע רבנים  וואס האבן "אויך" אינטערגעשריבן אויף דעם קול קורא איז דאס בכלל נישט קיין סתירה און ס'איז אצינד נישט די צייט צוזאמען צו שמעלצן די טענות מיט דעם איסור אויף נחום, נחום ראזענבערג מיט זיין מנוולות האט-ליין דארף זיין לחרפה ולדראון עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2008 18:43 לינק ישיר 

לקיים מה שנאמר 
 עֲנֵה כְסִיל, כְּאִוַּלְתּוֹ:  פֶּן- יִהְיֶה חָכָם בְּעֵינָיו (משליכ"ו,ה)

לכבוד עבד עברי,

אויב איז מיעל מארט מאכיל נבילות וטריפות
דאן וויאזוי נעמט ר' חזקלע ראטה שליט"א געהאלט פון זיי מדי חודש בחדשו
ולא די האט ער נאך אין זינען געהאט זיין זין גאון הגאונים ר'משה שליט"א
אויך מיט א געהאלט פון זיי מדי חודש בחודשו

אויב איז עס אמת אז ר' חזקלע ווייסט קלאר אז בודק איז ווערעמדיג פארוואס קומט ער נישט ארויס מיט א קול קורא?

עכ"פ זיין ראב"ד וואלט ווען געמעגט מאכען א אסיפה דערוועגען

און וואס פארא שייכות האט דאס מיט לאזן א מנובל פרעדיגן מנובלות אפען בריש גלי פאר קינד אין קייט?



תוקן על ידי verbeenich ב- 23/07/2008 18:53:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2008 21:05 לינק ישיר 

יענקעלע
אזוי אלט ביסטו שוין
איך גלייב דו ריטייערסט שוין באלד
נו אפשר עפנסטו א האט ליין אפצוענטפערן דעם נחום
א פעדער האסטו א גוטן
לכאורה אויך א מויל


איך האב פריער נישט געהאט גענוג צייט ארויסצוברענגן דעם ענין פון יוסל וואלדמאן, איך האב הנאה האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, און לחיבת הענין בין איך עס נאכאמאל מעתיק אז יעדער ליינער זאל דאס גוט אריינעמען אין קאפ, ווייל מיט דעם תירוץ רייטן אלע רשעים בדורינו ארום, אלע רשעות איז מותר וועגן דעם תירוץ, אלזא ליינט גוט איבער די ווערטער וואס יענקעלע שרייבט

ל דער מסור יוסל ואלדמאן איז נאך עד היום אראפגעקיקט ביי
יעדן ערליכן יוד, די געשלעג און טעראריזם וואס האבן זיך אויף געהערט איז בכלל נישט צו פארדאנקן יוסל וואלדמאן, נאר
פאר כ"ק רבינו שליט"א וואס האט זיך אפגעשאקעלט פונעם גרויסן ארכי טעראריסט משה גבאי, דאס איז געווען ווען דער
מצב פונעם הייליגן ברך משה איז געווארן זייער שוואך און משה גבאי האט עהם דאן גענוצט פאר אלע זיינע שייגעצשטיק
און מיטן רבין איז נישט שייך געווען צו רעדן, האט דער דעמאלצדיגער קרית יואלער רב שליט"א געזאגט עד כאן, גענוג
איז גענוג, דער משה גבאי האט עהם געסטראשעט מיטן ערגסטן און אין א געוויסן מאס מקיים פסק געווען, דער נוקם ונוטר האט אנגעמאכט פארן רב פלענטי עגמת נפש ושברי לב, אבער עם כל זה האט ער זיך נישט דערשראקן און דאס האט געברענגט
צו היינטיגן שטילשטאנד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 03:21 לינק ישיר 

יענקעלע I can't agree more with you
עס איז א פאראייניגטע קול קורא פון ביידע זייטן קעגן דעם ארכי מנוול און אין אזא צייט טאר מען נישט אריינמישען די זייטיגע מחלוקת מען מוז בלייבן פאראייניגט אין אלע פראנט'ן און נאר אזוי וועט מען אים קענען אינטערברענגען. (איך האף נאר אז עס ענדיגט זיך נישט ביים קול קורא, נאר מען דארף לייגען זייטיגע פרעשור וואס האפענטליך טוען די עסקנים דאס באווייזען).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 03:54 לינק ישיר 

יכול,  און אלטער מוישע גאלדבערגערס האטליין האפענטליך אויכעט צומאכען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 04:24 לינק ישיר 

וואלן, עס איז א חוצפה צו רופן א אלטן איד אויפן ערשטן נאמען,
שרייב כאטשיג ר' יענקעלע...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 05:27 לינק ישיר 


majyar718,
ביסט גערעכט, אלטר משה'ס דארף מען אויך פארמאכען, קיינער וואס רעדט אזוי אויף אלע רבנים טאר מען נישט צולאזן.

די חילוק פון די צוויי האטליינס איז נאר די מנוולות חלק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 06:50 לינק ישיר 

טייערע אידן,

אייער טעות שטעקט אין דעם וואס איר האלט זיך פעסט אין אייער דורכגעפאלענעם חינוך סיסטעם פון האלטן די קינדער דום און ליידיג ווי א פארצייטישער בעל עגלה. די תוצאות פון אט אזא חינוך זעהט מען ליידער איבעראל. עס איז געוואקסן א דור פון אידן וואס גייען פון אינדערויסן מיט די שמונה בגדים אבער אינווייניג זענען זיי נעבעך פוסט און ליידיג אהן קיין שום יסודות. ביז די חתונה האלט מען די קינדער אין די ראמען מיט כוח ביז מען מען מאכט דאס קינד חתונה, און אזוי גייט דאס קינד ווייטער און ציט אויף דעם נעקסטן דור אויפן זעלבן סיסטעם ווייל מען וויל דאך קענען א שידוך טוהן.

דער אידישער נשמה איז דאך אבער א מבקש, זענען דא אזעליכע וואס מיט סיעתא דשמיא טרעפן זיי זיך אן אמת'ן וועג אין עבודת השם. אנדערע פליען ר"ה קיין אומן, ל"ג בעומר קיין מירון און אין די זומער מאכט מען א קום-זיץ אויף א שיף. אנדערע גייען נעבעך ביז מ"ט שערי טומאה זוכענדיג א ברעקל סיפוק.

א קינד וואס גייט היינט אין גאס זעהט זיך היינט אהן אין פיעל ערגערס פון וואס נחום רעדט. א געהעריגן מחונך'דיג קינד האט דעם דעת צו וויסן אויף וואס מען מעג יא קוקן און וואס נישט, און פארוואס יא און פארוואס נישט. א איד דארף היינט האבן גענוג פעסטע יסודות צו קענען ביישטיין נסיונות יוסף הצדיק מדי יום ביומו. האלטן א קינד דום און זיך מאכן כאילו קיינער באמערקט נישט דעם עלעפאנט אין צימער, לאזט א קינד איבער צומישט אהנע כלי זין צו קענען קעמפן דעם יצר, מה יעשה הבן שלא יחטא.

ממילא אני הקטן האלט אז אפילו נחום איז נישט דער וואס דארף מחנך זיין אונזערע קינדער, איז דא א תועלת אין דעם וואס עלטערן און מחנכים וועלן נישט האבן קיין ברירא און מוזן רעדן אפען צו זייערע קינדער און זיי שטעלן אויף שטארקע יסודות, כאטש אין דעם הינזיכט.

ווען מ'קוקט אויף די השתלשלות פון אידישקייט זעהט ווי דער יד השם ארבייט אויף א וואונדערליכן אופן, יהודה און תמר, רות וכו'.. אפשר דארף אונזער תיקן אין חינוך ארויסקומען דורך נחום ראזענבערג.

לא אלמן ישראל

תוקן על ידי realgenius ב- 24/07/2008 6:52:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2008 18:14 לינק ישיר 

נעבעך, נעבעך, נעבעך. ביסט גוט אנגעטרונקען, מיט א כסיל שטייט מען נישט אין די הונדערט מייל. יעצט שטעלט אייך פאר ווען דער כסיל איז אנגעטרונקען אויך,

פאר א נארמאלער מענשט בלייבט נאר איבערצוליינען די טייערע ווערטער פון "ר' יענקעלע", שפתיים יושק!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2008 18:42 לינק ישיר 

וואו קען א נארמאלער מענטש וואס גלייבט אביסל און תורה שבעל פה צוזאמשטעלן דעם מנוול מיט די עלטערן פון משיח צדקינו?

מרשעים יצא רשע





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2008 16:17 לינק ישיר 

זעט אויס אז דער איסור אויף נחום ארבייט יא, שוין צוויי וואכן וואס נחום האט נישט אפדעיטעד זיין האט-ליין,
ובערת הרע מקרבך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 22:44 לינק ישיר 

איך האב געליינט דאס ארטיקל פון וואס איז נייעס, און דארט שטייט
אז דער פאליטישן דוב הייקינד האט געזאגט אז אמת עס איז דא דער פראבלעם
פון טשיילד עביוז און ער איז גרייט צו העלפן, סא, איז דאס עפעס א סתירה צו וואס
יעדער איז מודה אז דער פראבלעם עקזעסטירט, האט ער דען געזאגט אז אלע מלמדים
טשעפען מיט די קינדער?, האט ער דען געזאגט אז אלע מנהלים זענען מנוולים?, ווי איז
דער געווינס פאר נחום, ער זאגט אז ער הערט נישט נחום'ס מנוולישע האט-ליין, און אז
ער וועט העלפן אויף דעם געביט, נו, פארגעסט נישט, ער איז דאך א פאליטישן, און עקט ווי
איינער, ער האט נישט קיין פראצענט אדער קיין פיגערס ווי גרויס דער פראבלעם, ער זאגט
נאר אז ער וועט דאס מאניטערן, ער זאגט אז איינער האט אזא פראבלעם זאל ער רופן אין
זיין אפיס, סא, אדרבה, ער ווייזט אז כדאי אויף צוטוהן אויף דעם געביט, דארף מען נישט
האבן קיין מנוולישן האט-ליין, נאר טון צודערזאך,

פינאדארט, וואס מיינט א "יואלי" ?, אפשר איז דאס געווען א חיים מאיר'ל?, אדער א מנחם מענדל?, צו א
אהרן מרדכי?, וואס מיינט א יואלי? האט ער נישט געוואלט פארשעמען סאטמאר?, איז דער געלערענטער
בכלל א סאטמארער חסיד? צו בכלל א חסידישער?, איז ער טאקע א 16 יעריג בחור'ל וואס מען ארויס
געווארפן פון ישיבה?, זעט מען דען נישט זיינע בולט'דיגע לגיונות?, סא, האט קול מבשר אנגערופן דעם מחלל
שבת "א גוי" נו, כבר הי' לעולמים, א מחלל שבת און איינער וואס פירט זיך אויף ווי א גוי, "איז א גוי"


אגב, DWI מיינט דרייווינג ווייל אינטאקסיקעדעט, דאס מיינט ער איז געווען "שיכור"
ווי עס שטייט קלאר אונעם ארטיקל פונעם רעקארד,
קיק נאר אין דיקשאנערי וואס INTOXICATED מיינט:

Main Entry:
in·tox·i·cat·ed 
Pronunciation:
\-sə-ˌkā-təd\
Function:
adjective
Date:
1576
: affected by or as if by alcohol : drunk
— in·tox·i·cat·ed·ly  \-ˌkā-təd-lē\ adverb



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 23:05 לינק ישיר 

דער נחום ראזענבערג איז א געפערליכער חברה-מאן, ער איז אריינגעפארן אין א פלאנטער מיט די האטליין זיינע אום פרשת בהעלותך, ער איז געווארן פארפלאנטערט, אין ער זעיט סגייט טיפער אין טיפער.
ער איז אנגעקומען אין די רואיגע לאנדן וואס די ארטיגע איינוואונער זענען ספעציעל באקאנט מיט זייער רואיגקייט אין ווי נאר מען האט אים דארט געזען האט מען אים נאכגעשריגן, ער האט געציטערט פאר זיין לעבן אין איז אנטלאפן.

ער האט זיך דעם שבת געמאכט א חשבון, וואס פעלט מיר דאס אויס, אויספירן וועל איך נישט, איך ווער א גרעסערע לוזער יעדע וואך עקסטער, איך סטראשע אהער אין אהין אין איך קום נשיט אן אין ערגעץ, די רבנים האבן אין פלאן צו גיין ווייטער אין ארויסרוקן א חרם, סאו וואס טוט מען דא.
ער איז געקומען מיט א איינפאל ער גייט פארציילן אז ער האט שוין געענדיגט זיין מיסיע אין מען טוט שוין, עס עפענען זיך שוין עמערזשענסי האטליינס, אפיסעס גייען געעפענט ווערן אין אלע געגענטער אין דער חכם דוב ה. גייט עס פרין בקיצור ער איז שויון פארטיג
יעצט קען ער שוין טוישן די ניגון אין רעדן צירוק פון כשרות אין פטור א עיסק.

ער האט שוין געהאט אזא פראבלעם טאקע מיט א יאר צירוק ווען ער איז באפאלן הנגיד הרב דוד עקשטיין מיט אלע זיינע ליגענטס, האט ער דאן געשריגן דוד גייט ריזיינען ביז א וואך אויב נישט גייט זיין פרייליך.  עס איז פאריבער שוין באלד א יאר אין מהאלט נאך ביי א'.  אין דער נחום זעענדיג אז עס וועט אים נישט געלונגען אין ער איז ארייןם אין א פלאנטער האט ער געמאלס תיקף געטוישט די מערכה אינגאנצן אויף עפעס אנדערשט שמיטה צו כשרות פלייש אין אזוי ווייטער.

ער זאגט אויף די וואכעדיגע אז דער בחור איז געווען א ויף דראגס, דאס איז א פלעינע ליגענט, דער בחוטר נעבעך איז געווען אנגע'שיכור'ט, כהאב געהערט פון א יוד וואס איז אין יענע קאלעני אין דער נחום שרייט אז סאיז געווען א יולי א אנגע'דראג'טער, דער בחור איז געועון א ליטוואק אין א שיכורער חברה מאן.

ער זאגט אז קול מבשר האט געזאגט אז ער איז געווען א שחור, כהאב עס געהערט מוצאי שבת אין ער האט געזאגט א דרייווער, יעצט האב איך עס נאכאמאל איבערגעהערט ביי די בולעטין סעקשאן ווי מען קען הערן אלע אלטע נייעס אין ער זאגט נשיט קיין ווארט שחור אדער וואס.

אלעס איז איין זאך.

נחום איז א פאלנער שקרן אין א גרויסע גרויסע טשיקען, ער ציטערט אוועק פאר יעדע ביסל קולות, סאו גרייט ער זיך צו אז ווען דער עולם קומט אהיים פון קאנטרי זאל ער שוין זיין ביזי מיט א אנדערע שערריה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 23:12 לינק ישיר 

Driving while intoxicated, or driving while impaired. Like DUI, DWI can refer to driving while intoxicated or impaired as the result of either drinking alcohol or taking drugs, or both.

עס איז מיר פשוט געווען א פלא אז די שרייבסט  "און צו זיין
מזל געהאט א עקסידענט"
 
אויב ס'איז יא געווען א "יואלי" אדער א " יעקב יוסף" איז דען א גרויסע נ"מ וועלעכע קעמיקעל ס'יז געווען.

איך זאג נישט אז וואס דוב הייקינד זאגט איז קדוש קדוש אבער דאס איז וואס ער זאגט

''According to my info since I did the radio show last week, I have been shocked [by the response] and I would say after speaking to highly professional people who deal with this, it's an epidemic in this community.''


יענקל, קיק נאך epidemic 


מען שלאגט נישט אפ קיין ליגענט מיט א האלבע אמת - עס שאט פשוט צי די מערכה.
זיין האט-ליין טויג נישט צי סאיז אמת וואס ער זאגט צי נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 23:29 לינק ישיר 

אויב ביי דיר איז נחום מנוולישער האט-ליין מיט דוב הייקינד'ס מודעה היינו הך
דארפסטו שנעל זיכן א דאקטאר, ניין, דוב הייקינדס סטעיטמענטס איז געוויס
נישט קדוש, און ער איז דאך א פאליטישן וואס כאפט זיך ארויף אויף יעדע אישוי
ווי ער קען האבן פובליסיטי, וואס מיינט עפידעמיק?, קענסטו דאס צולייגן אויף קליין געלט?
איז דאס אייניג אדער נאנט צו וואס נחום שרייט?, דוב שרייט ס'איז דא א פראבלעם,
און אז ער איז גרייט צו העלפן, און דאס איז יעדער מודה אז ס'איז דא א פראבלעם,
אבער דער שייגעץ נחום שרייט אז "יעדער" טיט דאס, "אלע" מלמדים און מנהלים זענען
שקצים, און אז "אלע" רבנים זענען שותפים לדבר עבירה ווייל זיי קאווערן דאס,
דער חילוק איז פשוט, דוב הייקינד וויל אז ס'זאל נישט זיין דער פראבלעם,
און נחום האפט און וויל אז דער פראבלעם זאל יא זיין, ווייל ער וויל זיין גערעכט.
והדברים פשוטים,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז נחום נישט גערעכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.