בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז פירות שנשרין פין הירוס סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2008 06:44 לינק ישיר 
אנאליז פירות שנשרין פין הירוס סאטמאר

איך האב מיך כמעט די גאנצע צייט איינגעהאלטן פין שרייבן איבער טעמע, וויסנידיג אז וואס מער מען שרייבט, וועט אים עס נאר געבן חיזוק, אבער איך האלט איין טאפיק איז קריטיש וויכטיג ארויס צי ברענגען

סאיז קיין ספק די לעצטע צוויי חדשים האט דער הפקר יונג אין סענז סטריט תלמוד "נחום ראזנבערג" דאמינריט די יודישע נייעס ב"ה ביי רוב עולם לגנאי, הן אין די ציינוטגען אין בתי מדרשים , קופקעס , אין דא אויפן פארום איז שוין מן הסתם  דא 15 אשכולות איבער אים
ווען מען וואלט צי געטייטלט "מאן אויף דער יאר "  וואלט עס בלי שום ספק נחום ראזנבערג באקומען

מען האלט שוין דריי וואכן נאך די קול קורא וואס 33 רבנים רובם ככולם תלמידי חכמים מהובגים, מרביצי תורה, דיינים
וואלט זיך זיכער געקלערט אז נחום ראזנבערג זאל אינטערגיין , אבער דערווייל גייט דער טייוועל אן
ער אפדעיט זיין האטליין , ער טרעט אויפ אויף ראדיא , אין יעצט האט ער געהאט די חוצפה צי גיין אויף לאנדאן
זיך קריגן דארטן מכלומרשט וועגן א מלמד
מענטשן פרעגן איז דער נחום אזא שטארקער מענטש ער האט נישט מורא פין קיינעם

ניין ! דער תירוץ איז עבדים היינו לפרעה במצרים ,ווען וועלט איז וועלט וואלט נחום ראזנבערג טאקע איטערגעגאנגען
דער רבוש"ע ווען ער האט געוואלט אינטער ברענגען די דור הפלגה זיי צי ציטיילען האט ער געניצט די עצה פין מחלוקות
ער האט געמאכט אז יעדער זאל רעדן אן אנדערען שפראך איז ממילא קען מען נישט קאמיאנקירין

פאר צען יאר צוריק ווען מען האט געוואלט אהער ברענגען הגז"ל זענען דעמאלס אריין צים ברך משה ז"ל
ר' יצחק ראזנבערג ר' חיים אליעזער גראס ר' דוד עקשטיין אין מען האט דעמאלס געזאגט וואספארא חורבן הדת דעס גייט אנמאכן אין וואספארא  שנאה וואס גייט ארויס קומען , דער רבי ז"ל איז שוין דעמאלס געווען שוואך ער האט שוין נישט פינקציאנירט סהאבן זיך דעמאלס שוין געהאט משתלט געווען די שארלאטאן דער אזיאנער קעסטנבוים מיט דעם מופקר בן פראדעל זיי האבן דעמאלס אנגערייצעט דעם ברך משה אין ער זיך  גענימען שרייען אויף איינם שייגעץ אויף איינעם גוי
אין בן פראדעל האט ציגעשריגן נואף מען האט זיי גוט ארויסגעווארפן פין רבי'נס הויז אין מען אהער געברענגט דעם חרבן

די באנדיטין מיט זייערע מיטהעלפער ווי אביגדור יאקאבוויטש זאל זיין א גיטער בעטער , דער שפיטווקער שרף ,יעקב איטשע
זיי האבן זיך איינגערעדט, דער עולם וועט מיט טאנצען, מען טוישט נאר רבי אין יעדער איינער וועט זאגן אמן
דערווייל איז אין לך יום וואס מען זעט נישט דעם הירוס
דא קומט נישט בי"ד הגדול פין ירשלים כ' סיון
דא קען מען נישטו אויס פירן אין וויליאמסבורג די עירוב מערכה (פין בארא פארק רעדט איך שוין נישט)
די ארטיסטין

די באנדיטין מיט זייערע פעיראל רבנים וואס געבן זיי א היתר אפילו אויף די דריי הארבסטע עבירת אן קיין בלינק מיטן אויג
זיי זענען מכבד מוסרים
זיי האבן זיך געפרייט בריש גלי אין דער איד ווען דעם רבי'נס איינקיל איז ל"ע נישט געווען געזינעט
זיי גייען צי דעם טאמ'נעם בג"ץ
זיי האלטן אויף דעם תערבות עטרת אברהם זאל
זיי זענען יעצט אין 4 געריכטען

זיי האבן ציגעברנגט אז מען זאל נישט קענען פייטן אזא הפקר יונג ווי נחום ראזנבערג  מען האט צען יאר צוריק אנגעזייט
היינט עסט מען די פירות מיט פראצענט

ליידער אזוי איז געווען דער רצון השם מען קען איין זאך זאגן ווי נחום איש גמזו זם זו לטובה












דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/7/2008 07:53 לינק ישיר 

איך האב פאר נחום א גיטע עצה טאמיר א זאלי הייסט אים צי מאכן די האטליין

ער זאל זאגן ער גייט לייגן ביימער פארן האטליין אזוי עטרת אברהם

אין דעמאלס וועט פילעף שוין נישט וויינען מיט קיין קראקאדלי טרערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז פירות שנשרין פין הירוס סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext