בית פורומים כל העולם כולו

אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2008 08:36 לינק ישיר 
אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ

 

אלימלך שטערן האט היינט געהאט א נידערלאגע, ווען הרבנים הגאונים הצדיקים חברי הביד"צ עדה החרדית שליט"א ובראשם כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האבן אים ארויס געווארפן פון ביד"צ.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבען מיט א צייט צוריק וואס אלימלך שטערן איז געפערליך ברוגז געווארן אויף הגאון הגדול מזקני הרבנים בדורינו, רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, און דאס איז צוליב זיין גרויסע געפערליכער זינד אז ער האלט זיך נאנט און שטיצט קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.

צוליב דעם האט אלימלך שטערן אנגעהויבען צו פירן א שרעקליכע מלחמה קעגן רבי אליקים, און איצט ווען רבי אליקים מיט די הילף פונעם פוילישען רב הרב שודריך בויען איבער די הייליגע בית החיים אין ווילנא, האט זיך דער שמוציגער אלימלך שטערן ארויף געכאפט דערויף, און לויפט ארום און שרייבט ארטיקלן אין דער איד קעגן רבי אליקים. און ער שרייבט אז רח"ל אז רבי אליקים איז געווארן א שייגעץ און ער גראבט ארויס אלע קברים אין ווילנא... ער איז פונקט ווי די ציונים וואס גראבן קברים... און נאר ער דער מיילעך שטערן וועט נישט לאזן אז דער קברים גראבער רבי אליקים זאל אויסגראבן די קדושי ווילנא...

איז מיילעך שטערן געלאפן פאריגע וואך צום ביד''צ העדה החרדית, און געשריגען אז רח"ל מען גראבט אויס די הייליגע קברים אין ווילנא, און מען דארף מאכן בריוון, חרמות, קנמות, פראטעסטן קעגן די שקצים וואס טוען דאס, די ביד''צ האט זיך נאך געפרעגט אויף די זאך, ביז זיי זענען געוואויר געווארן וואס ליגט אונטער די זאך. האבן זיי געזאגט פאר מיילעך, אז היינט זונטאג וועט מען מאכן א מושב בי"ד דערוועגן און בי"ד וועט הערן ביידע צדידים און מען וועט זעהן וואס צו טאן.

היינט איז פארגעקומען דעם מושב ביד"צ עס האבן זיך באטייליגט אלע רבני העדה ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, אויך האבן זיך באטייליגט די קינדער פון רבי אליקים, מיט די חברי הוועד להצלת הבית החיים דווילנא, וואס רבי אליקים האט אויפגעשטעלט. אלימלך שטערן האט געמאכט יאמערליכע קולות און געשריגען געוואלדעס, נאכן אויסהערן אלע טענות האט בי"ד גע'פסק'נט אז רבי אליקים איז גערעכט, און אלימלך שטערן האט נישט קיין שום טענה, און ער דארף אויפהערן מיט זיין העצע.

ווען מיילעך האט געזעהן דעם בראך פאר די אויגן, האט ער אנגעהויבען צו שרייען אז רבי אליקים דינט און טאנצט פאר די עבודה זרה רח"ל, מען האט נישט פארשטאנען וואס ער וויל, ביז ער האט געזאגט אז ער דינט די אהרונים...

כ"ק גאב"ד ירושלים האט זיך אנגערופן: אלקים נצב בעדת ק-ל, און ווי שעמט איר זיך נישט צו זאגן אזעלכע דברי ביזו קעגן דעם גרויסען גאון, און קעגן או עדה הקדושה סאטמאר? האט זיך מיילעך גענומען האמערן אז דאס גאנצע ביד''צ איז אויך פארכאפט אין די עבודה זרה, און זיי זינגען און טאנצן פארן עגל פון די אהרונים. פערזענליך האט ער פוגע געווען אין כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און אים געזאגט, אז וועגן דעם נעמט ער זיך אן פאר רבי אליקים, ווייל ער איז פערזענליך נאנט מיט אים פון לאנדאן, ממילא איז ער פסול צו פסק'נען דערויף. הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש האט זיך אויפגעשטעלט און אים געזאגט: חצוף מחוצף ארויס פון דא!, גלייך זענען אריינגעקומען אפאר פון די הנהלת העדה און ארויסגעפירט אלימלך פון דארט.

דערנאך האט דאס ביד''צ ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים אפגעשריבן א גאר ווארמער בריוו לטובת דעם וועד להצלת הבית החיים דווילנא, וואס ווערט געפירט דורך הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א.



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 11/08/2008 1:40:52




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 12:06 לינק ישיר 

לאמיר נישט פארגעסן: אז די עדה החרדית זענען נישט קיין קלענערע מושחתים, קודם כל ווי איז מעגליך אז א בי"ד זאל ארויס געבן פסקים און צעטלעך פאר זיי הערן צוויי צדדים, נאר כידוע אויב ס'קומט איינער וואס געהערט צו די זאליס / בני יואל פארטיי איז ער זייער וועלקאם ביי די עדה און ער איז בחזקת מהימן און מ'געט שוין ארויס א פסק קעגן איינער וואס געהערט צו די ארונים.
במילא אפילו אויב בלית ברירה האבן זיי נעבעך געמוזט דאס מאל צוריק ציען איז ביי אונז נישט קיין שום שמחה.
לא מעוקצך ולא מדובשך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 14:44 לינק ישיר 

פורים איז נישט דאס ווארט.



אין דעם ערשטען בריוו פון דעם פורים בי"ד שטייט אז די ארכיאולאגן גראבן קברים.



און אין דעם צווייטן בריוו שטייט אז ח"ו אז די ארכיאולאגן גראבן, זיי דעקן נאר אויף דע ערד, און טאמער טרעפן זיי ח"ו א ביין באדעקן זיי עס צוריק מיט גרויס זהירות.



הערט און שטוינט! די ארכיאלאגן דעקן צוריק מיט גרויס "זהירות"!



און ווער איז דער עד נאמן דער שליח פון די רבנים, הרב שטראה פון לאנדאן, און וועמענס שליח איז ער, פון וועלכן רב, הגאון ר' אליקום שלעזינגער מצאצאי הרב משה בלויא והרב יענקל ראזנהיים מייסדי האגודה, וועלכער איז שוין באקאנט צענדליגער יאהרן מיטן פארציילן יעדען טאג מעשות פון בריסקער רב, חזו"א, סאטמאר רב, א.א.וו. וואס קיינער האט נאך קיינמאל פארדעם נישט געוואסט.



איז לאמיר פארשטיין, הגאון ר' מענדל יאראוויטש זאגט אז ער גלייבט הרב שטראה פון לאנדאן אז די ארכיאלאגן דעקן צו מיט גרויס זהירות די ערד, און נישט הגאון הגדול משרידי דור דעה מרן רבי דוד שמידל שליט"א וועלכער זאגט עדות וועגן די שרעקליכע אכזריותדיגע פעולות פון די ארכיאלגאן.



אויב נישט דאס מיינט פורים, ווייס איך שוין נישט וואס פורים מיינט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:04:21

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 14:51 לינק ישיר 

דער בי"ד אין דעם ערשטען בריוו:



"וכמובן שהאיסור הוא גם לחפור לצורך חיפוש מקומות קבורה פנויים"



איז וואס איז זיי יעצט נתברר געווארן מפי דעם הרב שטראה דער שליח פון הרב שלעזינגער?



אז מ'מעג יא גראבן כדי צו זוכן מקומות קבורה פנויים???!!!!





תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:06:00

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 15:23 לינק ישיר 

די ערשטע בריוו האט ארויס באקומען בערמה ובשקרים דער שליח לדבר עבירה מענדל דוו''ד פון ב''ב אבער צום מושב בי''ד האט ער מורא געהאט צוגיין ווייל אז עס וועט נתגלה ווערן קלונו ברבים וועט דאס שטערן פאר זיין שנאר ביזנעס .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 15:26 לינק ישיר 

פורים מיינט מיידלעך שטערן וואס וויל מאכן פורים פון בי'''ד און פון די גאנצע וועלט און דאס אלעס פאר זיין קנאות מזויפת .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 15:33 לינק ישיר 

מען קען מיינען וועמען ס'אינטרעסירט בכלל דעם בי"ד עיידה החרדית.



מ'האט דא צוטאהן מיט גויים, מיט די ליטווישע רעגירונג, און מ'האט מצליח געוועהן אפצושטעלן די גראבונגען דורך אנשטעלן די אמריקאנער רעגירונג דורכדעם וואס מ'האט זיי ערקלערט אז די גאנצע אידישע וועלט איז קעגן דעם.



אין דע מינוט וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איינער וואס רופט זיך אלס יו"ר אבותינו און רב פון לאנדאן איז די גאנצע מיה געגאנגען צו גרונד.



נישט ס'איז איינעם אינטרעסאנט בכלל וואס פונקט די פון זשופניק האלטן.



פארשטאנען?





דע שנאה צו מיילך שטערן מיינט נאכנישט אז צוליב דעם דארף מען איינשטעלן אלע בתי חיים אין גאנץ אייראפע.



דאס אוועקשטעלן א בילד כאילו אז גאנצע ליטווישע רעגירונג און אלע מדינות אין אייראפע זענען נעכטן געשטאנען אויף די פאדערשטע פיס צו הערן וואס פונקטלאך  האלטן, איז נישט מער ווי נאך א רינג אין לגיונות פון בעל החלומות

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:08:20

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 15:59 לינק ישיר 

פלוצלינג ווען די חכמי ז'ופניק טאנצן נישט אזוי ווי די זאלי'ס און מיידלעך שטערן וכת דילי'ה שרייבן פאר איז עס געווארן א פורים בי''ד און מען וויל זיי משפיל זיין עד עפר א''כ מעיקרא מאי קסבר וואס וגייען זי בכלל צו דעם בי''ד להיפאקריט'ן פתרונים, אבער עס איז נישט קיין וואנדער זה דרכם כסל למו . 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 16:14 לינק ישיר 

תיימענער



כדי אפצושטעלן גראבונגען אין בתי חיים, איז מען אויך געגאנגען צו הרב אלישיב הרב שטיינמאן וכו'.



אבער פורים בלייבט עס.





תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:08:52

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 16:26 לינק ישיר 

http://www.haaretz.co.il/hasite/pages/ShArtPE.jhtml?itemNo=903938&contrassID=2&subContrassID=21&sbSubContrassID=0




http://news.walla.co.il/?w=/90/1169021



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 16:27 לינק ישיר 

לאמיר מאכן סדר:

די בי"ד העדה החרדית נעמט זיך שטענדיג אן פאר די זאליס (כלל ישראל ביסט גערעכט אז ס'איז א פורים בי"ד),



בלית ברירה האבן זיי נעבעך געמוזט זיך אנעמען פאר די ארונים,



מיידלעך שטערן איז שטענדיג געווען א מחרחר ריב און ער העט קיינמאל נישט געמיינט לשם שמים אזוי ווי זיין חבר ר' מענדל דאווידאוויטש וואס ער איז באקאנט אז פאר געלט איז ער גרייט אפילו זיך צו שמ...



קומט אויס אז די עדה האט דאס מאל ארויס געווארפן מיילעך מיט מנדל און נישט פארקערט אזוי ווי כלל ישראל וואלט געוואלט ס'זאל זיין (אזוי שרייבט ער אין א אנדערע אשכול)

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:10:11

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 18:29 לינק ישיר 

לאמיר צי לייגן די פאקטן אויף קליין געלט

1) הרב הגאון ר' יוחנן שטראה ר' אליקים'ס שלוח איז א איידים ביי הרב החסיד ר' שמואל בנימין סופר פין מאנשטסטער
ער זיצט אין לערנט באלד 16 יאר אין כולל א טאטע פין 8 קינדער ער מיט זיין טאטע זענען תלמידים פין הגאון האדיר ר' אליקים שליט"א אין ער געט יעצט ארויס חיבורים אויף הלכות שבת א יונגערמאן א בעל דעת

2) הרב הגאון ר' ישעי שלעזניגער בן ר' אליקים שליט"א איז אויך געווען ביים בי"ד ער איז א פארברענטער זאלי
אין ער האט געהאמערט ביים בי"ד וואספארא שקרן מיילך שטערן איז

3) א דאנק די צוויי שליחים האט בי"ד צירוק געצויגן פינעם ערשטען בריוו וואס מייליך שטערן האט זיי אריינגעפאפט
וואס איז בדרך אגב דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די עדה החרדית ציט צוריק פין א בריוו

4) מייליך שטערן האט געזאגט פארן בי"ד אז מען גראבט אין ער קען עס אינטער שטיצן מיט בריוון וואס ער האט פין די ארכלאגן, האט בי"ד געזאגט ני געב אהער די בריוון , האט מייליך געזאגט אז ער האט געלאזט די בריוון אין אמעריקע
דא האט דאס גאנצע בי"ד ספאנטאן אויס געשריגן אויף מייליך, שקרן

5) משולם זילבערמאן א משב"ק ביי ר' לייביש לייזער שליט"א נעמט גאר א שמוציגע ראלע אין די גאנצע זאך
אן די וויסן פין ר' לייביש שליט"א

6) מייליך שטערן / ר' דוד שמידעל פורבירן צי פארכאפן די אישו פין קברים אזוי ווי
משה בער בעק אין קנאיות,נחום ראזנבערג אין מקאוות,ואלהענדלער אין גיטין,יודל שיין אין כשרות,
די מענטשן האבן נישט קיין שום קראדענשעלס אין ערגעץ אין גאנץ שלחן ערוך

7) דעס וואס כלל_ישראל טענה'עט דא ,דעס אקראוט האט מייליך שטערן גע'טענה'עט ביים בי"ד

8) ר' דוד שמידעל איז שוין געווען אין כנסת המינות רח"ל ווי סאיז געווען באשריבן מיט בילדער אין משפחה מאגעזין

9) מייליך שטערן האט ביי די צפת'ער פרשה ווי דער ברך משה מיט ר' משה ארי אין ר' בינמין ראבינאוויטש גאר שטארק ארויס געשטעלט קאגן ר' דוד שמידעל האט ער דעמאלס געשריבן אויפן ברך משה רגליו אשר לא עמדו על הר סיני   עפ"ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 19:10 לינק ישיר 

א. דאס ארפנעמען די אשכולות ווייזט אויף א פחד און שרעק פונעם אמת, און וועלענדיג אנטלויפן פונעם אמת מעקט מען אשכולות.

יעצט דעקלעראציע

דיינע נארישע ווערטער קעגן מרן הגאון האמיתי רבי דוד שמידל שליט"א דארף נישט קיין ענטפער.

דאס אז הרה"ג ר' אלימלך שטערן שליט"א ארבעט אין אתרא קדישא דארף נאכנישט מיינען אז גאנץ אתרא קדישא טויג נישט, און יעדער ארויני מוז נעמען א דעה אין דעם ענין.

און צו הנהלת הפורום.

אויב די אשכולות איז געמעקט געווארן ווייל ס'איז געועהן דארט א פגיעה אינעם איידעם פון משה בלויא פון די אגודה, און אייניקל פון יענקל רוזנהיים מייסד האגודה, דעמאלס פארוואס מעקט מען נישט אשכולות וואס סאיז פוגע אין מרן הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 19:12 לינק ישיר 

היתר הרב אלישיב פסגת זאב, היתר הרב אליקום שלעזינגער ווילנא, מאי נפק"מ?


ווייסט אפשר איינער דער חילוק פון דעם היתר, און די נפק"מ פון די גרויסע סכנה,



פון דעם היתר פון הרב אלישיב אין פסגת זאב צו אויסגראבן די קברים דארטן דורך די ארכיאלאגאן מיט גרויס "זהירות" בפיקוח צמוד פון זיינע משגיחים ת"ח יר"ש.



און דער היתר פון הרב אליקום שלעזינגער צו מאכן א יד אחת מיט מרכז רבבני אייראפע און רפורמער צו אויסגראבן דורך די ארכיאלאגאגן די קברים אין ביה"ח אין ווילנא מיט גרויס "זהירות" בפיקוח צמוד פון דעם גרויסן ת"ח! יוחנן שטראה (א טאטע פון אכט קינדער)  און דער צווייטער ליידיגייער וואס האט געהויבן הענט פאר די צייטונג שרייבערס וואס זענען געקומען פאטאגרפירן ווי זיי גראבן דע קברים.


ווער עס ווייסט זאל ביטע פאוסטן.




תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:13:30

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 19:16 לינק ישיר 

דעקלעראציע

לאמיר פארשטיין וואס דו האסט געשריבן:

1) ר' אלימלך שטערן איז אויך א טאטע פון אכט קינדער.

2) הגאון רבי דוד שמידל שליט"א פירט שוין מיט א כולל און ישיבה צענדליגער יארן.

3) ישעי' שלעזינגער איז א פארברענטער ארויני, (און אז נישט, וואס איז דאס בכלל משנה)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 19:44 לינק ישיר 

*--nivot**--end nivot*

דארנערשטאג איז ענדליך אנגעקומען די גרויס ערווארטענע טאג, די זאליס האבן געמאלדן אז מען גייט היינט פארקויפן פירות חוץ לארץ און פראנט פון רחוב יואל, און ויואל משה.

די זאליס האבן געמאכט א הסכם מיט מיכה ראטשליד וואס ווער עס ווייסט אביסיל מערכות ישראל ווייסט וואס ער מיינט, איינער וואס פירט אן א מערכה קעגן די עדה החרדית פאר יארן לאנג, ער איז א ליטווישער פון די נאנטע ביי הרב שטיינמאן, ער האט געפירט די מערכה כבידה קעגן ר' דוד שמידל שליט"א ביי גראבענגען אין גבעת צרפתים און נאך.

בקיצור מיט אים האבן די זאליס געמאכט א יד אחת אינאיינעם אפגעמאכט אז מען גייט אונטער ברענגען די עדה החרדית, מיט זיינע קשרים מיט די מדינה הטמאה האט ער ערלעדיגט אריין צו ברענגען פרוכט פון ירדן און אדס וועט ר' חיים הערש פארקויפן און פיקסען די עדה החרדית.

די זאליס האבן אנגעהויבען צו פארקויפען זייער פרוכט, זיי האבן פארקויפט אז עס האט די הכשר פון ר' משה וואלף זארגער שליט"א און ר' שלמה יודא הירש שליט"א, אבער ביידע האבן גלייך געמאלדען פאר די עדה החרדית אז עס האט נישט זייערהכשר, די עדה האט גלייך געמאלדן אפען קוו הציבור אז מען זאל נישט קויפן קיין פרות דארט ווייל עס האט נישט קיין הכשר און עס קען גאר זיין ח"ו פירות שמיטה.

דער ציבור האט טאקע נישט געקויפט די פירות און ר' חיים העשר און יצחק ווייס זענען איבער געבליבען מיט רוב פירות, פארנאכטס האט די הנהלת העדה זיך דערוויסט אז די פירות קומען גאר פון די גרעניצען פון ירדן וואס על פי תורה איז עס נאך ארץ ישראל, און די פעלדער באלאנגען נאך פאר א פרייער איד, וואס האט די היתר פון די מכירה פון די רבנות, וואס דאס מיינט רח"ל אז ר' חיים הערש מיט זיין תאות הניצחון האט ל"ע מכשיל געווען אידישע קינדער מיט פירות שמיטה רח"ל.

ירושלים ברענט און פלאקערט אויף די שרעקליכע מעשה וואס עס איז אפגעטאן געווארן!!!

שומו שמים!!!
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/10/2007 1:59:36


http://209.85.135.104/search?q=cache:aSDh9xkkKV4J:www.bhol.co.il/forum/topic.asp%3Ftopic_id%3D2287555+%D7%A8%27+%D7%93%D7%95%D7%93+%D7%A9%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%9C&hl=iw&ct=clnk&cd=4&gl=il



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext