בית פורומים כל העולם כולו

אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2008 19:48 לינק ישיר 

צו הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א טוט יא פאר בתי חיים צו נישט, דארף נישט קיין ענטפער פאר נארמאלע מענטשען.

 

ווער עס וויל פראבירן זוכן א ביסל.

 

http://www.google.co.il/search?hl=iw&q=%D7%A8%27+%D7%93%D7%95%D7%93+%D7%A9%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%9C&meta=


אין אלע פיר עקן וועלט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 19:57 לינק ישיר 

נאך איבער הרב אליקום שלעזינגער מיט גראבן קברים



http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3386418,00.html
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:15:11

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 20:49 לינק ישיר 

איז אמת אז ר' דוד שמידל איז געווען אין כנסת המינים.

ווייל אויב יא, וויאזוי מעג בית דין זיצן מיט אזא פערשוין.



ווי האט אזא איינער נאמנות, און אויב מעג מען גיין אין כנסת המינים אויב מ'וויל אויפטאן.

האבן דאך די חברי הכנסת אויך א פערטיגן היתר.



אבער ביטע קודם מברר זיין.



תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:17:03

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 20:53 לינק ישיר 

מעגסט נאך שרייבען הרב אדער ר' אויף הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער, מגדולי מעתיקי שמועה בדורינו, די מחוצף איינער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 20:54 לינק ישיר 

כלל ישראל, די ארבייט'ס אווער טיים פאר אתרא קדישא יעצט, איך וואלט זיי נישט צירוק געבטען די רעשט פונעם צוואנציגער אויב זאל יעצט זיין ערב יום כיפור. עס קומט דיר ערליך.

איך וועל דיר זאגן דעם אמת. איך קען נישט פערזענליך ר' דוד שמידל, אבער וויפיל איך קען רבי אליקום שלעזינגער שליט"א און איך זעה וויאזוי די בא'טיטול'סט אום, שטעל איך מיך שוין פאר ווען איך זעה די טיטלען אויף רב שמידל ווי אמת און גלויביג דאס איז.

די ברענגסט אום נאר אראפ.

כלל ישראל, וואס בלייבט? די עדה איז געפלויגן פון אתרא קדישא בשן ועין ? ס'אמת? זיי קענען מער נישט אריינגיין אהין? ביסטע זיכער דעראון?

איז דא עפעס אן אויסוועג אז זיי זאלן נישט גלייך באקומען דעם הארבסטן שטראף? ווי וועלן זיי זיך אהינטוען יעצט? נישט אז אז איך פראביר זיך אנצונעמען פאר די עדה, אבער איך וויל פשוט פארשטיין וואס זיי גייען יעצט טוען, זיי זענען דאך יעצט געבליבן עלענד אויף די גאס, אן די אתרא קדישא, וווי אהין קערט מען זיך? וויי געוואלד!

כלל ישראל, טרינק א גלעזעל וואסער און ענטפער ביטע שיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 21:04 לינק ישיר 

לעבעדיגער



ביזט סתם א ארויני וואס איז נישט גרייט צו הערן גארנישט, דער עיקר צו אטאקירן יעצט דיין פאליטישער שונא ר' אלימלך שטערן,



דאס וואס אתרא קדישא און הגאון ר' דוד שמידל שליט"א איז ווייסט גאנץ גוט, און ווען ס'שמעקט דיר ווייסטו אויך ווי צו עס נוצן, (ווי איך האב געבריינגט פון אנדערע אשכולות)



פאנג מיר נישט אן מיט די שיטה פון ליצנות און פארדרייען פאקטן מיט דעמאגאגישע וויצן או דריידלאך.



איך ווייס נישט ווער ס'געפלויגן פון וועם, מיין אשכול (וואס מ'האט געמעקט, פארוואס?) איז געוועהן א ענטפער קעגן דעם אשכול.



כאילו מ'קען מיינען אז ר' אלימלך שטערן קען נישט שלאפן ביינאכט פון דעם אז בדי"צ האט געזאגט אזוי צו אזוי.



איך מיין אז בדי"צ איז אסאך מער באזארגט אז אתרא קדישא זאל מיט זיי נישט אפאהאקן קאנטאקט. פארשטייסט?



מאך נישט נאכמאל אזא גרויסע אישו פון בדי"צ ווער ס'איז יא געפלויגן און ווער נישט, מ'קען מיינען אז די וועלט קען נישט אנגיין ווייטער אן הרב יאראוויטש הרב פרנקל הרב ראזנבערגער, און יעדער איז פונקט אינטערסירט וואס זיי האבן געהאלטן אין יענע מינוט.

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:18:20

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 21:16 לינק ישיר 



תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:22:08

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 21:52 לינק ישיר 

עס איז פשוט אינטערעסאנט אויב בי''ד איז גארנישט וואס האבן די צבועים העושים מעשה זמרי ומבקשים שכר כפנחס מיידלעך שטערן ומענדל דוו''ד גענומען א בריוו פון בי''ד ? עס איז אזוי ווי די מעשה פון ''משלי שועלים'' מיט'ן פיקס וואס האט נישט געקענט אריין גיין אין וויינגארטן עסן פון די טרויבן האט ער געזאגט ''עה די טראבן זענען סיי ווי זויער איך דארף עס נישט'' אזוי אויך זיי די היפאקריט'ן (צבועים) וויבאלד די בי''ד האט נישט געטאנצט אזוי ווי זיי האבן געפידלט מאכן זיי אפ דעם בי''ד , מיר געדענקען נאך גאנץ גוט ווי דער הייליגע'ר רב פון ירושלים זצוק''ל א יאהר פאר זיין פטירה האט געשריגן אויף ''הרב הק' יוסף בנימין רובין'' ווען ער האט זיך אויף געשטעלט רעדן אין ביהמ''ד האט ער געשריגן שייגעץ ארויס מען טאר אים נישט לאזן רעדן און פלוצלינג יעצט פאר זייער פאליטיק איז ער גוט און כשר .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 21:52 לינק ישיר 

הרב כלל ישראל
איך קען דיך בעטן א פערזענליכע טובה?

ווי לאנג די מנהל וועט פארעכטען דיינע תגובות (אדער עס אויסמעקן און דיך חוסם זיין) בעט איך דיך פליז שרייב עטליסט ר' אויף א רב אדער רבי אפילו אויף א ראש ישיבה,

איך וויל ליינען וואס די שרייבסט, ס'פאר'עקל'ט מיך אבער צו ליינען ווי אזוי די שרייבסט ארויס די נעמען פון גדולי ישראל אן א ר'

שכויעך למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 22:41 לינק ישיר 

כלל ישראל. זיי מיר מסבר א קלייניגקייט.

אויב איז אמת וואס די שרייבסט אז "מ'קען מיינען אז די וועלט קען נישט אנגיין ווייטער אן [ר'] יאראוויטש [ר'] פרנקל [ר'] ראזנבערגער, און יעדער איז פונקט אינטערסירט וואס זיי האבן געהאלטן אין יענע מינוט" כלשונך. צו וואס זענט איר בכלל געלאפן צום עדה אז זיי זאלן דאס אסר'ן פון די ערשטע מינוט? וועם גייט בכלל אן וואס זיי האלטן?!

צו וואס האט איר זיך דערנאך אראפגעזעצט מיט די עדה, איינגעלייגט וועלטן, אזש מיידלעך שטערן איז געקומען צו פארן פון ניו יארק זיי איבערצווויייזן אז איר זענט גערעכט? וועם גייט דען אן וואס די עדה האלט?

וואס זענט איר אזוי בייז אויף די עדה? פארוואס זענט איר אזוי בייז אויף רבי אליקום שלעזינגער שליט"א? סך הכל האט ער נאר אויף זיין זייט די עדה. וועם גיייט דעם אן וואס זיי האלטן?

האללאו, קאָט די קרעפ, ביסט באגאסן געווארן מיט א טעפל הייס וואסער, כמעט אלע חברי הבד"ץ האבן אנגעכאפט דאס טעפל און געגאסן בעת די שטייסט דארט אינטער דעם, האנט-ביי-האנט אנגעכאפט מיט מיידלעך שטערן און איר ווערט גענצליך באגאסן און אפגעבריעט אויפאיינמאל.

"אז ס'טוט וויי שרייט מען" - זאגט ר' יואליש, דער שארמעשער רב, פאר ווער עס געדענקט - און אטא דערפאר שרייסטו און בורקעט מיט די פוס.

אייער פרצוץ איז שוין נתגלה געווארן פאר עטליכע וואכן צוריק ווען איר האט באשמיצט אין "דער איד" דעם רב "רב שודריך", מ'האט אום אראפגעלייגט ווי גלייך ער עסט יום כיפור און רייכערט שבת, א שמוציגער ארטיקל נוסח דער איד. יעצט איז געקומען אויף די אגענדע הגאון הגדול רבי אליקום שלעזינגער שליט"א, וואס צוליב זיין חטא פון מיטשטיין מיט הרב שודריך און זיין קעגן מיידלעך שטערן ווערט ער גער געמיינסטער אינג, א לוגנער און בלאפער, מאכט מעשיות און קען נישט קיין לערנען, א פשוטער גאסן-אינג. (רח"ל אויף אייער שריפט)

ווי זאגט די וועלט "די הינט בילט און די באן פארט ווייטער"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 23:37 לינק ישיר 

לוזער איינער.



איך זעה פון דיינע ווערטער אז דער הרב שמידל איז געווען אינעם כנסת המינים און דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.



אויב אזוי שטימט שוין גאנץ גוט וויאזוי הרב שמידל האט זיך גרופירט מיט מיט דעם זיין שותף דער מושחת ומתועב מילך שטערן. לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.



און דער געמיינער יונג האט נאך די העזה צו רעדן אויף דעם גאון המפורסם רבי אליקים שלעזינגער. און נאך א ווינדער אז ער איז דא אזוי צעווילדעוועט.



כלל ישראל, קענסט נוצן דיין אלטן שמוץ פען-נאמען אלי קעניג מיט וואס דו בילסט אין דער איד.



תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:22:37

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 00:15 לינק ישיר 

כלל ישראל
דער מנהל האט מסתמא געהאט א גיטען טעם פארוואס צי מעקען דיינע נישט איידעלע
שפראך אין ער פירט זיך מיט דיר לפמש"ה מיט געדולד אז די קריטיקירסט עיהם ברבים
אין איז דיך נישט חוסם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 00:25 לינק ישיר 

מיילעך לערנט אייך אויס איין זאך, מיט ליגענט מיט שקר קומט מען נישט אן די גאנצע סאמאטוכע וואלט נישט געווען ווען ער רעדט דעם אמת
דער הרב שמידל ווערט ארום געפירט פון דעם פיסק אבער נישט די בד"ץ, דאס פארקויפן רעפארמער אדער אלע אנדערע שטותים קויפט זיך נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 01:13 לינק ישיר 

איך קען פארשטיין איין זאך?

פארוואס דעם מיידלעך שטערן וועלכער רעדט שוין צאם יארן לאנג ניבול פה בפומבי האבן די רבנים נאכנישט געאסרט אבער נחום ראזנבערג וואס האט ערשט יעצט אנגעפאנגען צו רעדן ניבול פה האט מען שוין געאסרט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 01:35 לינק ישיר 

לאמיר עס אביסל מער צי לייגן ווייל איך זעה ווי דער מילך איז צירידערט 

 1) הרב הגאון ר'  אליקים שלעזינגער שליט"א איז א תלמיד מובהק פינעם בריסקער רב,אין  א ליבלינג פין רביה"ק מסאטמאר זי"ע א יוד קרוב צי א בן תשעים, א תופס בישיבה פאר איבער א יובל שנים 
מיא דעם אלעמען רירט ער זיך נישט אן א פסק פין הגאון האדיר דער פוסה"ד הרב וואזנער שליט"א ,אין מיט רבני אייראפע 
אין ווי מען זעט מיט חברי ביד"ץ שליט"א 
משא"כ ר' דוד שמידעל האט נישט קיין איין רב מיט זיך ער האנדעלט אלעס אויף די אייגענע האנט 

2) הרב הגאון ר' אליקים שליט"א איז אן אויסגעריפנער קנאי ווען מען זאל אים שניידן שפריצט קנאיות
אלץ א תלמיד פינעם בריסקער רב זי"ע האט ער אלעס צי געזעהן מיט די אייגענע האנט
ווען מען קומט אריין צי אים ברענט דער אלטישקער מיט א אש להבה א קנאות ה' צבקות
צי וועגן נחל חרדי ,תכנית הלבה ,נעמען געלט ,גראבן קברים ,בחירות   נישט דא נאך 5 אזעלכע קנאים
משא"כ ר' דוד שמידעל איז געזעצען אין כסנת המינות רח"ל לא פגע ולא נגע מיט קנאית וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואלט קיינמאל נישט געטראסט אזא יוד אויף קיין שום הינזיכט

3) מילך שטערן האט טאקע 8 קינדער אבער  ער אליינס האט גאר שמוציג מויל זיינע ראמאנטישע ארטיקעלן
איז א שוידער, ווי ער האט אמאל געשריבן אין דער איד אז היינט איז די וועלט אנגעפילט מיט פארנאגערפיע
ער איז אזא מניוויל וואס מען זעט נאר אין די רינשטאקן אין האליוואד זיין גאנצע פילזאפיע אין וועזן אין שטרעבן איז ניוויל
א יוד וואס לערנעט נישט, ער האט א הייזריגע שטימע מיט א שמוציג פעדער

4) מייליך שטערן גייט טאקע נישט אן פארוואס ר' דוד שמידעל איז געווען אין כנסת המינות רח"ל
ער שרייבט סאיז נערשקייטן ווייל ביי איז ,חברי הכנסת,בית הכנסת ,כנסת ישראל,כנסת המינים איין זאך
אין ער האט געהאט א גוטן רבי'ן דערצו, דער יוד האט מיט קנאית גארנישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.