דרינגענד: גרעסטער צייט שטופער בדורינו זוכט עפעס צו טון
ס'ווערט געזוכט גאר דרינגענד לשם מצוה, פאר גוט באצאלט, עפעס צו טון פארן גרעסטן צייט שטופער בדורינו.
לויט ווי ס'ווערט באריכטעט פארגאנגענע וואך אינעם ארגאן פון די הולכים בערכאות/מסרבים לדין האט ענדליך עמיצער לויפער, עפעס א שמש אין א קליינע שול אין וויליאמסבורג, רחמנות באקומען אויף דעם ריזן צייט שטופער און אים איינגעלאדנט פאריגן מאנטיג צי זונטיג צו קומען אנטיילנעמען אין א ברית וואס ער מאכט.
ס'איז געווען זייער שווער פארן וועלט'ס גאון איבערצולאזן זיינע תלמידים צו וועמען ער איז אזוי מקושר אפילו נאר פאר איין טאג, אבער וואס טוט מען נישט פאר אן אייגענעם שמש?! האט מען געמוזט איבערלאזן אויף הפקר די טויזנטער תלמידים אין קווינס קעמפ, כצאן אשר אין להם רועה, און מ'האט בלית ברירה זיך ארויסגעלאזט אין וועג און געלאפן כאפן א ברית.
לויט ווי די שטוב דאקטוירים געבן איבער איז דער מארגנדיגער זונטיג עקב שוין געבוקט, היות אינמיטן טאג קומט פאר די גרעסטע הכנסת ס"ת אין די היסטאריע פון קווינס קעמפ מיינט עס אז מ'איז שוין ביזי פון זעקסע פארטאגס זיכער מאכן אז די פיאה'לעך זאלן זיין מסודר פאר אלע געסט און פיקטשערס פון כל העולם כולו. אבער פאר די איבריגע צוויי וואכן - ביז ווען מ'וועט ענדליך אביסל ביזי ווערן מיט צוריק אריינמופן אין שטאט - זוכט מען געפערליך דרינגענד עפעס צו טאן.
ביטע זיך מעלדן וואס פריער. אויב איר טרעפט אונז נישט זוכט אויף די ליסטע אין ניוזוויק אונטערן קעפל "גרעסטע צייט שטופער אין מאדערנע היסטאריע".
 |
|
|