בית פורומים כל העולם כולו

הערליכער שבת אין קרית ברך משה מיט הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/8/2008 16:50 לינק ישיר 
הערליכער שבת אין קרית ברך משה מיט הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א

א הערליכער שבת איז אפגעראכטן געווארן די וואך שבת אונעם נייעם זומער קריה פון איחוד התלמידים "קרית ברך משה"  - וואס איז נקראת לשמו ולזכרו פון הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל - דורך זיין אייניקל הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

ווי באקאנט איז דער אמאליגער קאנטרי און האטעל "עלעדען" אפגעקויפט געווארן דורך די "איחוד התלמידים" דאס יאר בעפאר די זומער כדי צו ערמעגליכן א פאסיגער מקום פאר די סאטאמרע אינגעלייט וואס פארן ארויס אויף די בערג במשך די זומער וואכן. נאכדעם וואס דער ערשטער קאנטרי "קרית ויואל משה" איז שוין אנגעפילט אריבער אלע גרעניצן.

עס איז שוין אונעם זעלבן יאר אריין אין פולן באנוץ און  כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א נאמען געגעבן דעם קאנטרי "קרית ברך משה" אויפן נאמען פון זיין טאטען זצוק"ל.

ווי נאר די זומער האט זיך אנגעהויבן האט מען גלייך אנגעהויבן מיט בויען א גרויסע מהודר'דיגע "מקוה טהרה" פאר די קאנטרי און פאר די גאנצע געגענט. מ'ארבייט שוין וואכן לאנג דעראויף און ב"ה פאריגע וואך איז עס בעז"ה נגמר געווארן, די מקוה איז געבויעט געווארן אונטער די אויפזיכט פון הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, משפיע רוחני פון די קריה און הרה"ג שלום לאנדא, מו"ץ בקריה.

די פארגאנגענע וואך שבת נחמו האט די קריה געהאט די כבוד אויפן באטייליגונג פון הגה"צ וויליאמסבורגער רב שליט"א, ווי ער האט געפראוועט דעם שבת דארט בשבת אחים גם יחד, סיי די תפילות, די באטע פרייטאג צונאכט'ס, די פארלערנען פרק שבת נאכמיטאג משולב בדברי מוסר אא"וו.

דער שבת האט איבערגעלאזט גאר א געהויבערנער גייסט פאר אלע תושבי הקריה.



דא האט איר עטליכע בילדער ווי די רב שליט"א קלאפט אן א מזוזה אין שטוב פון העסקן נמרץ לטובת קהילתינו הק' הרבני הנגיד ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער נ"י ראש הקהל פון די קרית ברך משה.









דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכער שבת אין קרית ברך משה מיט הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext