א גרופע קווינסער בחורים האבן נעכטן צונויפגענומען די ספרי ברך משה פון קווינס ישיבה, א חלק האבן זיי ארונטערגעווארפן אינטער די באנקס און א חלק האט מען רח"ל פארברענט.
איינער פון די בחורים האט מען געכאפט. עהרנרייך, אן אייניקל פון הרה"צ ר' אברהם לייטנער ז"ל. און נאך 3 קרית יואל'ער בני יואל בחורים זענען געווען פארמישט דערין.
דאס האט פאסירט בלויז 2 טאג נאך די גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה לע"נ הברך משה זי"ע. און באותו מקום ובאותו זמן.
דעם בחור וואס האט פארציילט האט מען אוועקגענומען די וועש, און א גרופע בחורים האבן פארפירט אז מ'מוז ארויסווארפען דעם בחור וואס האט פארברענט. אנדערע בחורים האבן פארפירט אז ווארפען דארף מען דעם "מסור קעצל", הקיצור ס'איז געווען לעבעדיג.
צום סוף האט די הנהלת הישיבה געבעטן דעם בחור אוועקצופארן ביז שבת, עד יעבור זעם.
תוקן על ידי זשוליאני08 ב- 20/08/2008 7:16:29
נשלח ב-20/8/2008 18:50
קיינער גייט דעם הגז"ל נישט שטעלן אזוי אין פלאץ ווי די צידרייטע חברה ב"ה זיי זיצען ביי עם אין טיען מיט עם וואס ער האט געוואלט טיען מיט אונז
נשלח ב-20/8/2008 20:08
איך בין טאקע נעכטן געווען אין מחנה דברי יואל און געזען ווי עס ברענט א העליש פייער און גאר אין בית המדרש אליינס...
יא! אן אמת'ע ריתחא דאורייתא פון 700 בחורים כ"י וועלכע זיצן און לערנען פלייסיג
נשלח ב-20/8/2008 20:24
דודל איך האב מיך אזוי דערמאנט דיין באמבאסטישע סטעטמענט אז היינט וויסט שוין יעדער אז די ארונים מיט בני יואל אוז איינס איך מיין סאיז שטארק נוגע דא
נשלח ב-20/8/2008 20:28
איך הער אז בלומענפעלד וויל ארויסווארפן די בחורים, און נאך איינער וואס האט צעריסן א בילד פון ברך משה. לא עלינו.
נשלח ב-20/8/2008 20:33
דער בלומענפעלד פלעגט רופן דעם ברך משה ז"ל דער אלטער באזני שמעתי נאך אן אסיפה ווי די רבי ז"ל האט גערעדט
נשלח ב-20/8/2008 20:52
די אינטערסאנט איז אז איינער וואלדמאן איז די גרעסטע ברך משה חסיד וועם זיי רודפן ער האט ארויסגעגעבן עפעס זכרונות פון די ערשטע יארן און קווינס קעמפ א צירקע פון 5 יאר צוריק
נשלח ב-20/8/2008 21:13
דער בלומענפילד איז ווערט אן אשכול פאר זיך, ניין?
נשלח ב-20/8/2008 21:28
אבסולוטלו אבער איך מיין אז פאר יעצט וועט זיין געניג איבער צילייגען דא די "נקודה פון רבי ז"ל אויש עםםםםםםםםם זי"ע דרשה
נשלח ב-20/8/2008 23:14
איך האב פריער גערעדט מיט הרב ערנרייך דער אידיעם פון מאנטידווידער רב זצ"ל און אים דערציילט וואס מען שרייבט אויף זיין זון, נעמט ער זיך לאכן, פרעג איך אים וואס לאכסטו אזוי, זאגט ער מיר אז זיין זון איז א 13 יעריגער בחור וואס איז קוים אריין אין ישיבה קטנה.
נו, יעצט לאמיר הערן וואס נעקסט...
באדעם ליין: די ריעקשן פון די אנגעזעצטע אהרונים צו די פייערליכע הכנסת ספר תורה אין מחנה דברי יואל לזכר נשמת מרן רבינו הברך משה זצוק"ל איז אנגעקומען זייער שפעט.
זעט אויס אז ערשט היינט האבן זיי די אנגעזעצטע אהרונים באקומען די קליפס און פיקטשערס פון די הערליכע מחזה!