קוקט אן וואס דריי רבנים שרייבן אונטער, א שקר גמור וואס איז באוואוסט געווארן, און האבן דערנאך געמוזט מודה זיין אז ס'איז טאקע נישט אמת.
עס האנדעלט זיך איבער די לולבי דרעי. און איך גיי יעצט נישט אריין אינעם עצם הלכה, ווייל דער מנחת יצחק און אזוי אויך אנדערע גדולים האבן עס מתיר געווען לכתחילה.
אבער די רבנים שרייבן אונטער אז זיי זענען דארט געווען אין די פעלדער און דאס איז א פוסטער שקר, קיין איינער פון די דריי רבנים איז נישט דארט געווען.
באמערקט אויך די נ.ב.
די נ.ב. האט מען צוגעלייגט די וואך, נאך א שטיק חוזק.
דא שרייבן זיי אז היות די בעלי השדה זענען נישט קיין שומרי שביעית, ע"כ איז יש שדעתם שלא להשתמש בללובים אלו.
דער פורים מזכיר הרב איצא איז עפעס נישט בסדר. אויב די לולבים האבן נישט קיין חשש שמור ונעבד, וואס דרייסטו א קאפ מיט שומרי שביעית?
נשלח ב-21/8/2008 01:01
רבי יונה זיי נישט אזוי שארף!
פרעג דיך בעסער נאך פארן שרייבן.
אפילו די לולבים זענען נישט שמור ונעבד אויב זענען די בעלי בתים נישט קיין שומרי שביעית איז דא א פראבלעם אויף אלע נכסים פון דעם מחלל שמיטה.
נשלח ב-21/8/2008 01:28
רבי יונה קענסט אפשר ברענגן פרוף אז די רבנים האבן מודה געווען אז זיי זענען נישט געווען אין אר''י?? לויט מיינע אינפארמאציע איז הרהגה''צ ר' הילל וויי''ב שליט''א געווען עטליכע מאל אין ארה''ק דערוועגן.
בנוגע די הלכה שאלה אז דו ביסט טאקע אזא ת''ח וואלט איך דיר געראטן אז זאלסט שרייבן א תשובה אין תשובות דר' יונה, ווי מיר שטעלן זיך פאר וועלן די רבנים זיך פארשטעקן פאר בושות מיט דיינע גאונותע'ר אין דיני שמיטה................
נשלח ב-21/8/2008 01:36
ר' יונה לויט דיר איז אברהם לויפער שוין גארנישט אזא ליידאק
נשלח ב-21/8/2008 03:16
איך ווייס אז נישט ער (ר' הלל וו"ב) און אזוי אויך די אנדערע חותמים זענען דאס יאר נישט דארט געווען, לא מיני' ולא מקצתי'. איינפאכע ליגנער (אדער פאנטאזירער).
צווייטס, ווער זענען די "יש שדעתם", ווי איז דא אזא דעה?
נאך א פוסטע שקר.
עס איז פינקט ווי איינער זאל זאגן, אז אויב איינער איז נישט קיין שומר שמיטה טאר מען נישט קויפן ביי אים קיין סידורים.
חוץ אויב התאחדות פסק'ט אז די לולבים זענען יא מחויב בשמיטה, וואס זיי האבן אנגענומען אנדערש.
אדער דאס מאכן פון די הלכה א ליצנות און נאך זאגן אזעלכע שקרים וואס איך ווייס פאר וועלכן רב ר' הלל וויינבערגער בכבודו ובעצמו האט מודה געווען אז ער היי יאר בכלל נישט דארט געווען. נאר מ'האט שוין געשריבן זאל עס בלייבן...