בית פורומים כל העולם כולו

חברי הבד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אקעגן די טעראר פון בעלזא י-ם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2008 06:29 לינק ישיר 

עס איז ווינדערליך ווי 2בעלזא2, אין איחודמעמבער,911, טיען פארדרייען די מעשה,

די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען עליש ענגלענדער איז אנגעקימען צים פעלד מיט א קבוצה מכנוווקא בחורים באגלייט מיט געדינגענע BODY GUARDS אין געוואלט ארויף גיין צים ציון אין מאכען א גערידער א קורצע צייט איידער די בעלזער רב האט געדארפט אנקימען דארט, די פאליציי האבען עם געווארענט אז זיי זאלען נישט פארפירען אין עס מאכען שנעל, אבער ער האט בדווקא געוואלט ווייזען אז ער איז א מחותן דארט אין זיינע בחורים האבען אנגעהויבען אוועק שטיפען דעם עולם פין איין זייט פין ציון אין זיי האבען זיך געמאכט א אייגענע מנין מיט גרויס גערידער, (אבער קיינער האט זיי גארנישט געטיען) אויפען וועג אראפ האבען עטליכע בעלזער בחורים זיי באגלייט מיט "וכל קרני רשעים" אין געשרייען, די מכנווקא חברה האבען מחליט געווען נקמה צי נעמען, אין האבען א נאכט נאכען יארצייט אן געפעינט ארים דעם ציון מיט מיסע ווערטער אויפען היינטיגע בעלזער רב, (ווי בערלע בילגרייער אין נאך) די בעלזער ווען זיי האבען זיך באוויסט דערפין זענען ארויס מיט א שארפע מחאה אין אלע צייטונגען אין אויך אין די גאסען, די מאכנווקא וועלנדיג שפילען ווי זיי זענען די צד הנרדפים האבען ארויס געשלעפט א בריוו פין בד"ץ י"ם אז מען האט נעבעך פוגע געווען אין עליש ענגלענדער, אויך האבען זיי אריינגעשטעלט א פאלשע בילד דא אויף היידפארק וואס ווייזט כביכול אז די בעלזער זענען די וואס האבען אנגעשריבען די מצבה, אבער די בעלזער האבען מצליח געווען אויף צי ווייזען אז דאס איז אן אלטער בילד וואס איז שוין גענימען געווארען אין 2004 וואס מען האט יעצט אדורך א גיטע PASTE JOB ארויף געשריבען די ווערטער אין רויט "מכנווקא ימ"ש, (אויב ווילט איר זיך אליין איבער צייגען, ביטע ליינט מיין פריערדיגע מודעה)
גענימען פין "בחדרי חרדים" http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 08:15 לינק ישיר 

יחזקאלאברה - די דארפסט גיין ארבעטן פאר די FBI די ביסט גארנישט אזא שוטה ווי די גאס רעדט ......
דאס האב איך געהערט שבת פין איינעם וואס האט עס געהערט פין שמואל ווידער
דער סאטמארער רבי ווייסט אפי' נישט דערפון אין מען האט אים נישט געפרעגט עס איז א פלענער שקר וואס די פרובירסט דא שאדן צומאכן געלט פאר די מוסדות אין פארשאפן שונאים פאר רבינו שליט"א - אויב וויל איינער הערן דעם אמת איבער דער בלאט מיט בעלזא מכנובקא קען מען פרעגן די 3 ראשי המוסדות וואס האבן געארבעט מיט מילך דערוועגן ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין ר' יחזקאל בערקאוויטש אין ר' משה אהרן האפמאן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 08:57 לינק ישיר 

כנגדכולם שרייבט
עס איז ווינדערליך ווי 2בעלזא2, אין איחודמעמבער,911, טיען פארדרייען די מעשה,

איך האב הנאה אז די בעלזא ירושלימער חסידים שעמען זיך שוין מיט וואס זיי האבן געטוהן די לעצטע 2 יאר ביים ציון אז זיי לייקענען שוין די מעשה עס איז שוין משיחס צייטן :

כנגדכולם שרייבט
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען עליש ענגלענדער איז אנגעקימען צים פעלד מיט א קבוצה מכנוווקא בחורים באגלייט מיט געדינגענע BODY GUARDS אין געוואלט ארויף גיין צים ציון אין מאכען א גערידער א קורצע צייט איידער די בעלזער רב האט געדארפט אנקימען דארט,
די פאלנער שקרן הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א איז געקומען 2:00 אינמיטן די נאכט מיט אלע בעלזא מכנובקא בחורים אין אינגעלייט באלד נאך די שבע ברכות פין בן  כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה. הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א גייט אייביג אין א"י מיט 2 באדי גארדס.

" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"

כנגדכולם שרייבט
 די פאליציי האבען עם געווארענט אז זיי זאלען נישט פארפירען אין עס מאכען שנעל,
וועם האבן זיי געווארנט אין ווי זענען זיי געווען ווען אלע בעלזא ירושלימער בחורים האבן נישט ארויפגעלאזט הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א ביז דער סטריקובער רבי שליט"א האט אויפגעפנט די וועג מיט קולות אויף די בעלזא ירושלימער בחורים ?

כנגדכולם שרייבט
אבער ער האט בדווקא געוואלט ווייזען אז ער איז א מחותן דארט אין זיינע בחורים האבען אנגעהויבען אוועק שטיפען דעם עולם פין איין זייט פין ציון אין זיי האבען זיך געמאכט א אייגענע מנין מיט גרויס גערידער,
עס זענען געווען אפשר 30 אידען ביי די ציון איידער די בעלזא מכנובקא עולם איז אנגעקומען אין זיי האבן געהאט אלע רעכטן צו מאכן א מנין {עס איז גארנישט געווען א ספיציעלע גערודער אחוץ וואס א גרויסער עולם האט געזאגט אינאיינעם תהילים}
 
כנגדכולם שרייבט
 (אבער קיינער האט זיי גארנישט געטיען) אויפען וועג אראפ האבען עטליכע בעלזער בחורים זיי באגלייט מיט "וכל קרני רשעים" אין געשרייען,

נאך א מזל אז מען האט נישט קיין WEBCAM ביים שרייבן אויף היידפארק ווייל דיין רוטער פנים וואלט פארברענט דעם WEBCAM פרעג נאר בערי קליין אין אלע עלטערע חסידים פין דיין גרויסער רבי ווי זיי האבן געזונקען פאר בושות - פארוואס דארפסטו זאגן אז אויפן וועג אראפ האט מען אים באזינגען ? לייקען עס אויך פאר דע געלט


כנגדכולם שרייבט
 די מכנווקא חברה האבען מחליט געווען נקמה צי נעמען, אין האבען א נאכט נאכען יארצייט אן געפעינט ארים דעם ציון מיט מיסע ווערטער אויפען היינטיגע בעלזער רב, (ווי בערלע בילגרייער אין נאך)
ווייז בילדער -  בעלזא מכנובקא האט נאך דערווייל נישט קיין בחורים וואס קענען טאן אזא זאך אין אזא מקום קדוש {אפשר מעקן די ווארט בעלזא אין א סידור אבער זה הא} משא"כב ענקערע חיות זענען באקאנט דערפאר

כנגדכולם שרייבט
 די בעלזער ווען זיי האבען זיך באוויסט דערפין זענען ארויס מיט א שארפע מחאה אין אלע צייטונגען אין אויך אין די גאסען,
צו פארדעקן די גרויסע חילול הציון וואס זיי מאכן די לעצטע 2 יאר

כנגדכולם שרייבט
 די מאכנווקא וועלנדיג שפילען ווי זיי זענען די צד הנרדפים האבען ארויס געשלעפט א בריוו פין בד"ץ י"ם אז מען האט נעבעך פוגע געווען אין עליש ענגלענדער,

די מיינסט אז די עדה אין אלע חברי בד"ץ זענען חדר קינדער אין ליצים ווי צייטונג שרייבער וואס שרייבן וואס אין ווי מען הייסט זיי ? אויב מיינסטו אזוי ביסטו א ריכטיגער בעלזא ירושלימער חסיד

כנגדכולם שרייבט
 אויך האבען זיי אריינגעשטעלט א פאלשע בילד דא אויף היידפארק וואס ווייזט כביכול אז די בעלזער זענען די וואס האבען אנגעשריבען די מצבה, אבער די בעלזער האבען מצליח געווען אויף צי ווייזען אז דאס איז אן אלטער בילד וואס איז שוין גענימען געווארען אין 2004 וואס מען האט יעצט אדורך א גיטע PASTE JOB ארויף געשריבען די ווערטער אין רויט "מכנווקא ימ"ש, (אויב ווילט איר זיך אליין איבער צייגען, ביטע ליינט מיין פריערדיגע מודעה)
גענימען פין "בחדרי חרדים" http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771

דאס איז א אלטע בילד וואס בעלזא האט געשריבן אפאר יאר צוריק ביים ציון




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2008 09:24 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין בעלזער אין איך האלט נישט פין קיין איין צד, איך האב געהערט ערשטע האנט א איד וואס איז דארט געווען א סאטאמערער חסיד ר' א. מענדלוויטש פין בעדפארד גארדענס,  וואס האט פארציילט די מעשה אינמיטן די נאכט איז ער געגאנגען צו די בעלזא רביס ציון וויל ער איז געווען אין ארץ ישראל, אינמיטן זאגן תהילים הערט ער קולי קולות האט ער געפרעגט א בחורל וואס גייט דא פאר האט דער בחור געזאגט עליש קומט עליש קומט, ער האט ניטאמאל פארשטאנען ווער עליש איז אינמיטן קומען ארויף הונדערטער בחורים אין אינגעלייט אין מען זינגט אין מען שרייט קולות אין קיינער האט מער נישט געקענט דאווענען פאר בערך א שעה צייט, איין בעלזא האט געזונגען אין געשריגן אין געשטיפט דעם עליש אין איין בעלזא האט געזאגט תהילים אין פרובירט איבערצישרייען די געזינגערייען,  בערך 4 פארטאגס האט זיך די מצב בארואיגט.

נ.ב. איך בין א 11טע נאמען אלע שרייבערס דא זענען איין מענטש, ניץ נישט די סאטמאר רבי פאר דיין שטעקן אקעגן עליש דער סאטמאר רבי ליגט אין תורה אין לערנט כמעט 18 שעה א טאג אין איז נישט קיין צייטונג משגיח,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 15:15 לינק ישיר 

אזהרה, גילוי שמות וועט שטרענג אינפארסירט ווערן.

ווער ס'וועט דאס טאן וועט ארויספליען פון דא אן קיין שום טענות ומענות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 19:53 לינק ישיר 

עס איז זייער גרינג צו באמערקן אז אלע מכנובקה ניקס זענען די זעלבע מענטש זיי האבען די זעלבע סטייל פונקטליך, אין בכלל איז מכנובקה בסך הכל א פאר צענדליגער מענטשען.

ווילסט מיר זאגען אלע פון זיי זענען אויף די אינטערנעט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 19:53 לינק ישיר 

דערסיגעטער כתב:

יחזקאלאברה - די דארפסט גיין ארבעטן פאר די FBI די ביסט גארנישט אזא שוטה ווי די גאס רעדט ......
דאס האב איך געהערט שבת פין איינעם וואס האט עס געהערט פין שמואל ווידער
דער סאטמארער רבי ווייסט אפי' נישט דערפון אין מען האט אים נישט געפרעגט עס איז א פלענער שקר וואס די פרובירסט דא שאדן צומאכן געלט פאר די מוסדות אין פארשאפן שונאים פאר רבינו שליט"א - אויב וויל איינער הערן דעם אמת איבער דער בלאט מיט בעלזא מכנובקא קען מען פרעגן די 3 ראשי המוסדות וואס האבן געארבעט מיט מילך דערוועגן ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין ר' יחזקאל בערקאוויטש אין ר' משה אהרן האפמאן,



קודם א דאנק פאר די קאמפלימענט, ברוך השם אז די האלטס נישט ווי די גאס, ווייל איך האלט פשוט נישט אויס וואס די גאס רעדט, אמת'דיג? זיי האלטען אז איך בין א שוטה? אוי וויי... איך פרעג דיר פאקטען אין די ענטפערסט מיר אז די גאס האלט...

איך בין גרייט זיך צו פארהערען מיט דיר פינקטליך וואס דער רבי האלט, אפשר זאגסטו מיר וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט די וואך ביי שלש סעודת תורה?, קענסטו מיר בכלל זאגען וועגען וועלכע נושא די רבי האט גערעדט? [דא האסטו א טיפ: ראה אנכי נותן היום - וואס איז דער "היום"] איך בין זיכער אז די קענסטו נישט נאכזאגען קיין איין ווארט פון רבין, און דאס וואס די פארקויפסט איך האב געהערעט פון איינעם וואס האט געהערעט פון איינעם, דא האסטו א ניוס פלעש - שמואל ווידער לעבט! מנחם גרשון לעבט! אין מען קען זיי טאקע פרעגען - און זיי ווייסען נישט פון ווי די נעמסט דיינע פאנטאזיע'ס...

אדער ווי איינער זאגט, אליש זאגט שוין צו 40 יאר, אפשר זאגסטו מיר וועלעכע בנין ער האט אינז שוין געגעבען?

[בשמחה: די ביסט גערעכט, גילוי שמות איז אסור - און אדרבה זאל ער ווייטער שרייבען זיינע חכמות צוטיילט אינטער צוואנציג ניקים]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 20:43 לינק ישיר 

מארגן וועל איך שוין האבן 30 ניקים אדער עס האט זיך נאר געדאפלט וועגן עס איז געווען א וויקענד?

זאג מיר נישט אז סאטמאר רבי שליט"א'ס תורה איבערזאגערס זענען שרייבערס אין חדשות בית פאפא אין חסידים פין נחום ראזענבערג אין האבן אזעלעכע קשיות

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2444653&forum_id=19802

 די קענסט מיר זיכער העלפען פארשטיין אפאר קשיות ?
-איז קאשויער רב געווען א צדיק פארוואס האט מען עם געמאכט פאר א...?
-איז בעלזע רב דאס וואס די 93 רבנים האבען געשריבען אויף עם?
-איז ניקלשבורגע רבי אזוי ווי דער ....?
-איז ר' משה געווען א גאון?
-זענען די בני יואל, בני...?
-איז שערי חמלה א פובליק סקול?
-איז דער בלאט א צייטונג פון משכילים?
-איז הרב לייטנער...?

א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 21:06 לינק ישיר 

דערסיגעטער, די ענטפערסט אים נאך איז ער גערעכט! דער פאפאנער בעלזער וואס האט אריינגערופן דעם האטליין אדער געהערט די תורה פין זיינס א חבר ווייסט וואס דער רבי וויל, ער האט קשיות פארוואס מאה רבנים אלע גדולי הדור האבן אקעגן זיין רבי אינטערגעשריבן , די ווייסט אז די היינטיגע סאטמאר רבי האט געהאט "א זיידע" ר' יואל , אקעגן דעם "זיידע ר' יואל" האט דיין בעלזא רבי גערעדט ביי שטייענדיג תורה מוצאי יום כיפור,  עס איז ארויסגעקומען א בוך פין די הנהלת מוסדות סאטמאר פין וויליאמסבורג וואס עס איז געשיקט געווארען אין גאנץ לונדון לייענטס דארט וואס די רביס מיינונג איז, איך וועל עס בלי נדר אריינסקענען אין דער אמת וועט ארויפשווימען,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 21:11 לינק ישיר 

יעצט האסטו מיך אפגעפרעגט... קיין סאך חכמה אין ודע מה שתשיב זעה איך האסטו נישט, איך וועל מיך מיט דיר פארהערען איבער די אלע שאלות עני טיים, אויב מיינסטו אז דער וועג צו געווינען א וויכוח איז צו שרייבען שטותים ווי אז דער בילגערייער רביצען איז אויך געווען אזוי ווי איציק וכדומה, זעה איך פשוט אז איך רעד מיט א קליין יונגעל, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי אליש מיט זיינע טויזענטערס האט נישט די פאר דאלער צו צאלען פאר איינעם צו קענען ענטפערען מיט אביסל שכל..

במאמר המוסגר אלץ א פרי עדווייס, ווען טי ווילסט האבען א וויכוח מיט אן אפיקורס הייב נישט אן צו שרייען אויף אים "שגץ" אדער "שוטה", קודם שפיל כאילו די ביסט מיט אים, און העלף עם ארויסברענגען זיינע ראיות, דערנאך ווען די הערסט אלס וואס ער האט צו פארקויפען, ווייז אים וואס פארא שטותים ער רעדט, איך קען דיר ווייזען אויף די אלע דערמאנטע שאלות פון אויבען ווי אזוי מען ענטפערט זיי - און די אלע חכמים וועלען בלייבען מיט'ן צינג אינדרויסען.

און בנוגע די פאפא פורום, נו - וואס שטייט דארט וועגען נחום? איך פרעג דארטען פארוואס די פאפא דיינים האבען נישט געחתמט קעגען אים, מסתם וואלט דיין תירוץ געווען וועגען קליינס אייז קרים, אדער אז די גאס זאגט איך בין א שוטה.

אז די ווילסט אנהייבען צו רעדען פאקטען - בין איך גרייט זיך צו מתווכח זיין מיט דיר, (איך וואלט גענטפערט פאר די חברה בנוגע דיין רבין, "במקום שבעלי תשובה עומדים" משא"כ דער בעלזער פון ירושלים האט נאכנישט תשובה געטאן) אבער אזוי ווי די ענטפערס ווי א קליין קינד - נו, ישחקו הנערים..

אגב, קענסט מיר נאך אלץ נישט נאכזאגען קיין "איין" ווארט פון רבין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 21:11 לינק ישיר 

וואס מיינסטו א זיידע ר' יואל ? עס פאסט נישט אזוי צורופען דעם רבין זי"ע בעל דברי יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 21:13 לינק ישיר 

נאך א קליינע טיפ - נאכען ארויס סיינען מיטן נאמען "דערסיגעטער" געב א מינוט פאר'ן אריינסיינען מיט'ן נאמען "איחוד" עס קיקט נישט אויס גיט צו זעהן ווי איין נאמען גייט ארויס און גלייך סיינט אריין די צווייטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 21:16 לינק ישיר 

איך האב חלילה נישט געוואלט פוגע זיין בכבודו פין די סאטמאר רב ז"ל, ר' אהרן מרדכי רוקח דער זוהן פין בעלזא ירושלים רב איז געווען ביי זיין פעטער קרית יואלער רב די היינטיגע סאטמאר רבי 2-3 יאר צוריק האט ער אים געפרעגט עפעס וועגן זיין זיידע ר' יואל.......,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 21:21 לינק ישיר 

אוי קעי... איך וועל דיר געבען יעצט רשות הדיבור פאר ווי לאנג די ווילסט, ווען די וועסט אנהייבען צו ענטפערען ווי א גרויס אינגעל - וועל איך דיר ענטפערן בל"נ.

קורץ און שארף, וואס האט שוין אליש אונז געגעבען? וועלכע בנין האט ער אינז מנדב געווען?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2008 21:37 לינק ישיר 

יחזקאלאברה
דיין ציל איז אראפצוברענגען דעם פורום אין אנצומאכן א מחלוקה צווישען דעם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ר' אליש אין שאפן שונאים פאר סאטמאר על לא דבר

 איך וועל מיט דיר אין קיין שום וויכוח מער אי"ה נישט אריינגיין ווייל איך טענה מיך נישט מיט קיין פאפענע
אין איך זעה די האסט ענפערס פאר מיר אויך. סא ענפער דיך אליינס דיינע קשיות

מעגסט ווען אמאל אריינרעדן אין עפעס א נושא וועגן סאטמאר דיין היסטוריא ווייזט אז די האסט נאר גערעדט וועגן נחום רז"ב אדער אנגענומען פארן בעלזער אבער וואס קען מען פין א פאפאנער פארלאנגען   
איחוד ביטע לייג דא ארויף וואס סאטמאר וויליאמסבורג האט ארויסגעגעבן שכוח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חברי הבד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אקעגן די טעראר פון בעלזא י-ם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.