אויטאס פארבאטן צו-פארן אינעם בית החיים
די חברה קדישא האט פארלאנגט צו שטעלן בלאקאדעס, ביי אלע אריינגענג צום בית החיים דקרית יואל
כדי צו האלטן ארדענונג אינעם טאג פונעם יארצייט, אז קיין שום אויטאמאביל זאל נישט אריינפארן אינעם שטח פונעם בית החיים.
מ'קען פארקירן די אויטא'ס נארמאל ווי אלע יארן, נאר ארויפפארן אויפן באדן פונעם בית עולם איז צייטווייליג פארשפארט, צו האלטן ארדענונג און כבוד המקום הקדוש.
די פאדערשטע אריינאנג איז פארמאכט פאר אויטאמאביל פארקער
די זייטיגע אריינגאנג איז אויך אפגעשלאסן געווארן
אזוי אויך זענען פארמאכט געווארן אלע אנדערע אריינגענג צום בית עולם פאר אויטאמאבילן.
נאר פוסגייער קענען אריינגיין.
|
|