| נשלח ב-29/8/2008 15:16 |
|
| |
אבאמא גיט בעסטע פאליטישע רעדע אין די געשיכטע
Sen. Barack Obama gave the greatest political speech I've ever heard. He was better than Reagan and better than Kennedy. For someone who loves politics and public service, it was an honor to be able to witness it.
Obama did not only what he had to do -- address specific policy details and answer Republican critics -- but he did it in a way that was inspiring. His call for change will resonate across the country even louder than before.
It's hard to see how Republicans will follow this in Minneapolis next week. Frankly, it's hard to see how Sen. John McCain will be able to win this election in a way that any American can be proud of.
Other reactions:
Andrew Sullivan: "Look: I'm biased at this point. I'm one of those people, deeply distressed at what has happened to America, deeply ashamed of my own misjudgments, who has shifted out of my ideological comfort zone because this man seems different to me, and this moment in history seems different to me... I've said it before - months and months ago. I should say it again tonight. This is a remarkable man at a vital moment. America would be crazy to throw this opportunity away. America must not throw this opportunity away."
Ezra Klein: "This has been the most aggressive speech of the week. And the most substantive I've seen Obama give. It's not a thematic address: It's not about hope or values or the universality of the American experience of the illusory obstacles that divide us. It's concrete. It's about the failure of the Republican Party, and the promises of the Democratic Party."
Ben Smith: "The expectations were high for Obama's rhetorical talent, and he met them, and the crowd at Mile High --now full almost to the brim, at a reported 84,000 -- is standing and cheering, waving the American flags they've been handed."
Josh Marshall: "I thought this was a very strong speech. About exactly what was needed."
Brian Rogers, McCain campaign spokesman: "When the temple comes down, the fireworks end, and the words are over, the facts remain: Senator Obama still has no record of bipartisanship, still opposes offshore drilling, still voted to raise taxes on those making just $42,000 per year, and still voted against funds for American troops in harm's way. The fact remains: Barack Obama is still not ready to be president."
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 15:20 |
|
| |
די ליבעראלע נייעס סטאנציעס ווי למשל MSNBC זענען געווען אזוי איבערגענומען פון אבאמא'ס דרשה אז זיי האבן נישט געקענט באהאלטן זייערע געפילן נאכדעם וואס ער האט געענדיגט צו רעדן און נישט אויפגעהערט צו רעדן פון די דרשה ווי מורא'דיג און היסטאריש ס'איז געווען.
ווידער, ביי די קאנסערוואטיווע "פאקס" איז געווען פונקט פארקערט, זיי האבן תיכף אנגעפאנגען אוועקצומאכן די רעדע אז ס'האט נישט געהאט קיין שום תוכן. ס'איז טאקע געווען א הערליכע ספעקטאקל וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, האבן זיי געזאגט, אבער די דרשה האט קיין שום תוכן נישט געהאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 15:39 |
|
| |
איימסארי זיסקייט, אבער איך בין ארויס שטארק דיסעפוינטעד. ער האט נישט עכט גערעדט צו די זאך אויף די טענות קעגן אים, ער האט טאקע צום ערשטן מאל ארויסגעלייגט זיין עזשענדע אבער אן קיין עכטע פלאן, ווייטער ליידיגע ווערטער. די איינציגע עכט אינטערסאנטע פוינט איז געווען "איך וויל נישט נעמען א צען פרעצענט טשענס אויף טשענזש"
איך האלט אז ביל קלינטאן האט די בעסטע גערעדט
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 15:49 |
|
| |
נו, באמת, ווער ביסטו און ווער בין איך?
אט דא זענען די ווערטער פון טיגען גאדערד, א פאליטישן אנאליסט וואס האלט שוין מיט פאליטיק פאר 50 יאר.
Sen. Barack Obama gave the greatest political speech I've ever heard. He was better than Reagan and better than Kennedy. For someone who loves politics and public service, it was an honor to be able to witness it.
אגב, מיט דעם ביסטו זיכער נישט גערעכט אז קלינטאן האט גערעדט בעסער ווי אבאמא. יעדער איינער וואס האט מיטגעהאלטן די קאנווענשאן זאגט אז אבאמא'ס דרשה איז געווען די בעסטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 17:20 |
|
| |
זיסקייט, איך האלט נישט מיט פאליטיק 50 יאר, אבער 20 יאר שוין יא, זייט בוש דער ערשטער איז געלאפן אין 88' קעגן מייקל דוקאקיס (און אביסל ווייניגער נאך פון 8 יאר פריער, ווען רעיגען האט געוואונען קעגן קארטער).
איך קען דיר אזויפיל זאגן, נאך יעדע קאנווענשאן קומען אפיר אנאליטיקער (געווענליך די וואס האבן אן אינערליכע שטארקע סימפאטיע צום פרעזידענט קאנדידאט) וועלכע וועלן זאגן זייער "מיינונג" (ח"ו, נישט געפיל) אז דאס איז די "בעסטע" פאליטישע רעדע אין די היסטאריע.
ווער נישט אזוי איבערגענומען פון א מיינונג וואס מען טרעפט אויף איין וועבסייד, עס זענען דא טויזנטער צייטונגען און טויזנטער שרייבערס, דענקער, קאלומניסטן, טעלעוויזיע ענקארס, ראדיא קאמענטאטארן אד"ג, און כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, און נאכאמאל, נאך יעדע קאנווענשאן וועלן זיך טרעפן געוויסע פון די דערמאנטע דעה זאגער (געווענליך מיט סימפאטישע געפילן צו יענעם קאנדידאט) וועלכע וועלן כאפן קעלבערנע התפעלות פון דעם קאנדידאט'ס רעדע.
איך פערזענליך בין נישט געווען אזוי איבערגענומען, כאטש איך האלט אז עס איז געווען א מייסטערהאפטע רעדע, און איך וועל דיר זאגן פארוואס
כדי א רעדע זאל זיין די בעסטע רעדע אין די געשיכטע, דארף עס האבן א פראז אדער אויסדרוק וואס די וועלט זאל רעש'ן דערמיט, און מען זאל דאס נאכזאגן אויף דורי דורות.
למשל, נעכטן טאקע איז געווען די יארטאג פונעם "איי העוו עי דריעם" רעדע פון מארטין לוטער קינג (וועמען אבאמא האט מורא געהאט צו דערמאנען ביים נאמען נישט וועלענדיג אויסזען צו שווארץ).
די דרשה פון מארטין לוטער קינג וואס איז געזאגט געווארן צענדליגער יארן צוריק ווערט נאך היינט שטודירט אין די טעקסט ביכער וועגן "פובליק ספיטש", און אויב דו האסט עס שוין אמאל געהערט פארשטייסטו פארוואס. נישט בלויז די וועג וויאזוי ער האט עס דעליווערט, נאר די ווערטער וואס ער האט געזאגט דארט, "איך האב א חלום", איז געווארן א פענאמאנען. מען נוצט דאס איבער אין דרשות עד היום הזה (גוים פארשטייט זיך) און מען הערט נישט אויף צו רעדן פון קינג'ס דריעם ארויף און קינג'ס דריעם אראפ.
סיי ווען פרעזידענט קענעדי און סיי ווען פרעזידענט רעיגען האבן געהאלטן רעדעס אין בערלין, זענען געבליבן פון זיי ווערטער, טאקע נישט מער ווי געציילטע ווערטער, וואס מען זאגט איבער ביזן היינטיגן טאג. ביזט אפשר באקאנט מיט "איך בין איין בערלינער" (קענעדי) און "מר. גארבאטשאוו רייס אראפ דעם וואנט" (רעיגען)?
אסאך גוטע בעלי דרשנים טרעטן אויף ביי קאנווענשאנס, מאכטפולע רעדנער, מיט געוואלדיגע אראטארישע קראפט. אסאך גוטע רעדנער שיינען אויף פאליטיש מיט זייערע רעדעס ביי קאנווענשאנס. אבאמא איז אויך געווארן אן אויפגייענדער שטערן ביים פריערדיגען קאנווענשאן.
אבער ווען דו הערסט דיך צו און דו ליינסט דא און דארט, וועסטו מער הערן פון דעם געוועזענעם ניו יארק גאווערנאר קאומא'ס ספיטש ביים קאנווענשאן אין 88'. די דרשה ליגט נאך היינט אין די ביינער פון פאליטיקער און אנאליטיקער, פארוואס? ווייל עס איז נישט נאר געווען א פאוערפול ספיטש איינס אין דער וועלט, נאר ווייל ער האט פארטיידיגט די יסודות פון די ליבעראלע שיטה מיט באק ציינער און ער ווערט געדענקט אז דער לייב וואס האט פארטיידיגט ליבעראליזם
פרעזידענט קלינטאנ'ס טאלאנטן פון רעדן איז נישט בלויז זיין טאלאנט פון רעדן, נאר זיין טאלאנט פון קאמיניקאציע מיט די צוהערער (אודיענץ אין ענגליש) בשעת זיינע דרשות. זיין קאמיוניקאציע סקיל ביי זיין ערשטע דעבאטע מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש, ווערט נאך אויך היינט שטודירט אין טעקסט ביכער.
איצט צוריק צו אבאמא'ס ספּיטש נעכטן.
אבאמא איז א געוואלדיגער רעדנער, יעדער איז מודה. אבער איך בין געווען זיכער אז צום יארטאג פון מארטין לוטער קינג וועט ער אויפקומען מיט עפעס פון וואס אמעריקע וועט זיך שאקלען פון די ראקי מאונטענס ביז די ניו יארקער בארטענס און מען וועט עס געדענקען אויף אייביג.
קוק דיך אים אין אלע נייעסער וועגן אבאמא'ס נעכטיגע דרשה, מען ברענגט נאך וואס ער האט געזאגט וועגן בוש'ן, וועגן זיינע פאליסיס, זיינע אטאקעס אויף מעקעין, אלעס פיין און וואויל. דאס זענען פאליטישע שטיקלעך וואס מען ברענגט נאך פון יעדע קאנווענשאן ספיטש.
אבער וואו איז די ספיטש "צום געדענקען"?
מיין זעלבע אנטוישונג האב איך אויך געהאט איבער אבאמא ביי זיין בערלינער רעדע פאר צוויי הונדערט טויזנט מענטשן. קאמאן, אז דו האלטסט אזא היסטארישע דרשה, דער ערשטער שווארצער פרעזידענט קאנדידאט, דער ערשטער קאנדידאט מיט אזא מאסיווע דרשה אין אויסלאנד, זאג עפעס, זאג עפּעס מעכטיג, עפעס ראקינג, זאג עפּעס מען זאל דיך געדענקען.
נישט ווייל אבאמא קען נישט. במשך דעם קאמפיין האט ער געהאלטן עטליכע מאל אזעלכע דרשות "צום געדענקען", למשל זיין ערשטע וויקטארי ספּיטש נאך די אייאווע קאוקאסעס: "זיי האבן געזאגט אז דער טאג וועט קיינמאל נישט קומען". דאס איז א ווארט וואס גייט אריין אין די היסטאריע.
זיין "יעס ווי קען" וועט זיכער געדענקט ווערן אין די היסטאריע.
אבער מערסטענס פון זיינע גלענצענדע דרשות איז גוט בשעת מעשה, אבער עס בלייבט נישט קיין שיריים דערפון.
איך וועל דיר געבן נאך איין משל: דער מאנטענא גאווערנאר שווייצער האט געהאלטן א דרשה דינסטאג ביי די קאנווענשאן, וואס לויט צושויער איז עס געווען די בעסטע דרשה ביי דעם קאנווענשאן. זייער א מאכטפולער רעדנער. קענסט עס אויפזוכן אויף יו טוב. מען קען זיך קוילערן פאר געלעכטער (מען זעט אפילו איינמאל אויפן קליפ דעם געוועזענער פרעזידענט קלינטאן זיך קוילערן).
אבער קענסט גארנישט נאכזאגן פון דעם שווייצער'ס רעדע.
פון די אנדערע זייט, האט פרעזידענט קלינטאן גערעדט מיטוואך נאכט, און אט איז איין ביישפּיל פון אזא פראזע, רעדענדיג איבער אמעריקע'ס שוואכן אויסזען אין די גאנצע וועלט היינט:
People the world over have always been more impressed by the power of our example than by the example of our power.
דאס הייסט א פראזע צום געדענקען!
דאס איז די מעשה מיט אבאמא. ער זאגט דרשות וואס ראקן בשעת מעשה, אבער נישט אויף צום געדענקען
(אפילו ביי זיין בארימטע דרשה ביי די 04' קאנווענשאן וואס האט אים פאפולער געמאכט, האבן צושויער אויך דערנאך געזאגט, אז פאקטיש האט על שארפטאן אים אפגעווישט מיט זיין דרשה קורץ נאכדעם. על שארפטאן, ווי משוגע ער איז, אוי איז דאס א רעדנער. נאר א משוגענער בלייבט א משוגענער און אבאמא איז א נארמאלער מענטש, וועגן דעם איז ער ארויף אויף די פאליטישע ארענע און שארפטאן איז געבליבן שארפטאן).
על כל פנים, דאס איז מיין אפשאצונג, יעדער קען מחולק זיין, און איך זאג נאכאמאל, על טעם וריח אין להתוכח, איינער האט ליב אזא רעדע און איינער אזא דרשה. אבער צו זאגן אז אבאמא'ס דרשה איז געווען די בעסטע אין די געשיכטע, איז זייער איבערגעטריבן, לדעתי העני' והדלה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 17:56 |
|
| |
| Ziskeit כתב: |  | |
די ליבעראלע נייעס סטאנציעס ווי למשל MSNBC זענען געווען אזוי איבערגענומען פון אבאמא'ס דרשה אז זיי האבן נישט געקענט באהאלטן זייערע געפילן נאכדעם וואס ער האט געענדיגט צו רעדן און נישט אויפגעהערט צו רעדן פון די דרשה ווי מורא'דיג און היסטאריש ס'איז געווען. |
|
ברענגסט א ראיה פון די נעטווארק וואס קיינער קיקט נישט דערויף?
MSLSD ווי מארק לעוין זאגט איז געווען פרא אבאמא נאך פון אנפאנג איז וואס ווילסטי אז זיי זאלן זאגן אז זיי האבן נישט הנאה געהאט פין זין ספיטש?
זיי האבן אייביג a tingle going up and down his legs
און איך האב ליב געהאט וואס שאן הענעטי האט געזאגט:
"tonight they will have a tingeling feeling going not only up and down there legs but they will have them from the bottem of there feet going up to there heads...)
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 17:58 |
|
| |
רבי יונה האסט זייער גוט געשריבן איך וויל צילייגן איין זאך וואס וואלט געווען ווען עס איז נישט קיין טעלעפראמפטער פאר אבאמא?
איך ווייס אז עס וואלט אויסגעזעהן אזויווי זיין פרעס קאנפרענס אין ירדן "אההה-עההה-אהההה-אההההההה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 18:18 |
|
| |
רבי יונה, ריזיג, איך וואלט עס נישט געקענט אזוי גוט אראפשרייבען פערצופאל זענען דא זייער אסאך רעפארטערס וואס טרייבן שטארק איבער פון אבאמאס דרשה, אבער מיין עיקר פראבלעם איז אז ער האט נישט אפגעווארפן זיין סעלעבריטי סטעטאס, וואס איך האלט די עיקר פון זיין פראבלעם (נישט אז ער איז נישט רעדי) אלס איינער וואס האלט זיך פאר א מאדערעיט אין פאליטיקס און האט געווארט צו הערן וואס ער האט צו זאגן מיך צו קאנווינסן פאר אים בין איך געווען דיסעפוינטעד, אלעס וואס ער האט געזאגט האט ער שוין געהאט געזאגט פריער אינעם קאמפיין, אדער האבן עס אנדערע געזאגט ביים קאנווענשען, כהאב גארנישט געהערט קיין נייעס אויסער אטעקס אויף מעקעין, מיט וואס ער האט אסאך מאל איבערגעטריבען נאך קלינטענס ספיטש איז געווען די איינציגע מאל ביים קאנווענשען ווען איך האב עכט אנגעהויבן טראכטן פון אבאמא, איך ווארט יעצט אויף די רעפאבליקען קאנווענשאן צו דעסיידען
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 20:12 |
|
| |
רבי יונה, גוט געשריבן, זאפטיג געשריבן.
פנחס מיילך, דו דיסעפוינטסט מיך איינמאל און נאכאמאל מיט דיינע אומאויסגעהאלטענע סברות. גראדע האט ער געמאכט אן אויסגעצייכנט דזשאב מיט'ן אראפווארפן פון זיך דעם סעלעברעטי סטעטוס און ווייזן אז גארנישט איבער אים איז סעלעברעטי נאר פונקט דאס פארקערטע.
אבער באמת מאכט די גאנצע דרשה מער נישט אויס. מעקעין האט מיט זיין מעכטיגן פאליטישן שפיצל אראפגעשטויסן אבאמא פון די העדליינס פאר די קומענדיגע פאר טעג.
דער מעקעין איז דאך מוראדיג. נעכטן אינדערפרי האט ער געלאזט ליקן אז ער גייט לאזן ליקן דעם נאמען פון זיין ווייס פרעזידענט ביינאכט, אזוי האט ער שוין א גאנצן טאג געשעירט די בימה מיט אבאמא, ארויסנעמענדיג פון די כלים די אבאמא פענס.
ביינאכט נאכדעם וואס די קאנווענשאן איז געווען אווער האט ער געמאלדן אז ער גייט נישט זיין קיין חי' און ער וועט נישט ספוילן אבאמא'ס אטענשאן...
ווי יעדער קען זיך שוין אליינס פארשטעלן איז מעקעין שוין נישט אראפ פון די העדליינס פאר די פארגאנגענע 24 שעה.
יעצט איז מעקעין סיי א דזשענטלמאן און סיי האט ער געספוילט אבאמא'ס אטענשאן...
דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס ער האט שאקירט אמעריקע מיט זיין גוטן פיק פאר ווייס פרעזידענט קאנדידאט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 21:46 |
|
| |
איך פיר מיך ביי יעדע עלעקשאן נישט צו ליינען גארנישט וואס די 'מבינים' און קעפ האבען צו זאגען, ביז נאך די וואלען.
א טאג נאך די וואלען זעץ איך מיך אוועק אין איך הייב אן צו ליינען וואס די מבינים האבען געזאגט גלייך ביים אנהייב פון קאמפיין, און איין טאג ליין איך דורך אלע זייערע ריפארטס פון די לעצטע פינף חדשים.
עס איז מוראדיג אינטערסאנט, צו זעהן אז 90 פראצאנט טוישען זייערע גרויסע מבינות יעדע צוויי וואכען, און דער בעסטער חלק איז אז איך וואס שוין די סוף פון די מעשה...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 21:53 |
|
| |
כוועל מיך טרייען מסיבר צו זיין, איך בין נישט אזוי גוט מיט שרייבען אבאמא האט 2 פראבלעמען, איינס אז מעקעין שרייט ער איז נישט רעדי, נאכדעם אז מעקעין האט אים אראפגעמאלן פאר א סעלעבריטי. מעקעין האט געפראווט ביידע פוינטס מיט זיין געלונגענע עד, 1 אז אבאמא איז בכלל א סעלעבריטי, וואס איז אוט אוו טאטש מיט די עוורעזש אמעריקען, 2 אז ער איז נישט נאר א סעלעבריטי נאר א פעריס הילטאן סטייל סעלעבריטי וואס איז נישט רעדי צו זיין פרעזידענט. אבאמא האט בעיקר געטרייט צו פראווען אז ער איז יא רעדי, אבער ער האט נישט גענוג אויפגעוויזן אז ער איז דאון טו עירט ווי מרופט עס, די גאנצע סטעיזש האט אים געמאכט ווייטער אויסזען ווי א סעלעבריטי אדער ספארטסמען. דעס אז ער איז אויפגוואקסן דורך א ארעמע באבע מאכט אים נאכנישט אויס סעלעבריטי. מיין עיקר פוינט איז אז ער זעט אויס ווי א עליטיסט, און אפילו מעקעין איז עכט מער עליטיסט זייענדיג א רייכער יארן לאנגער פאליטישען זעט ער אבער פאקטיש נישט אויס ווי א עליטיסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 23:09 |
|
| |
איך בין מיט פנחס מיילך, די רעדע האט גארנישט געהאט עפעס ניי אויסער נייע קריטיק אויף מקעין, ס'האט אויסגעקוקט ווי ער שרייט "נישט מקעין" אנשטאט צו שרייען "שטימט פאר אבאמא".
|
|
|
|
|