נעכטן מאנטיג נאכט איז די פארגעקומען די גרויסע חתונה פונעם אייניקעל פונעם גאב"ד וואס איז אדורך מיט גרויס דערהויבענקייט בהשתתפות האדמורי"ם והרבנים שליט"א.וואס זענען געקומען לכבודו פונעם חשובען זיידען גאב"ד ירושלים שליט"א.
היינט דינסטאג און אזוי אויך אלע טעג וואס דער גאב"ד שליט"א געפונט זיך און וויליאמסבורג. דאווענט ער תפילת שחרית בביהמ"ד של מחותנו קהל אהרן זאב דסאמבור ווי עס איז געווארען א ציצואונגס פלאץ פארן גרויסען עולם. וואס ווילען כאפען א בליק אויפן מרא דארעא דישראל. ווי אויך לברך ולהתברך.
היינט דינסטאג איז דער גאב"ד שליט"א געפארען אויף א באזוך קיין קרית יואל ווי ער איז אויפגענומען געווארען ביותרת הכבוד און שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
און נאכדעם איז דער גאב"ד שליט"א צוגעפארען צום ציון הק' מתפלל זיין. פאר די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה.
און נאכדעם איז דער גאב"ד שליט"א געפארען אויף א באזוך קיין שיכון סקווירא ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א.