בית פורומים כל העולם כולו

ווער ברעכט די תקנות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2008 01:17 לינק ישיר 
ווער ברעכט די תקנות?

די ארונים בשעת זיי שרייבן איבעראל  וועגן זייערע מעכטיגע תקנות, איז זייער רבי דער וואס ברעכט עס אליין

ער פארלאנגט פון די חסידים צו מאכן ווארט און תנאים אינדערהיים אבער ווען ביי אים אין שטיב איז דא א שמחה

לויט ווי איך האב געהערט פון א אינסיידער איז די תנאים פון זיין איידעם אשכנזי גייט טאקע זיין אין הויז, אבער דערנאך גייט פארקומען א גרויסע לחיים אין ביהמ"ד.

דאס הייסט אין קארצען, איך מעג, אבער די נישט !
אנדערע מענטשען לאזט מען נישט מאכן אזא סארט לחיים, אבער ער מעג עס יא מאכן פאר זיין אייניקעל
אפשר קענען די ארונים עס מסביר זיין, אן פערזענליך באשמיצען





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 01:27 לינק ישיר 

לויט די תקנות דארף מען מאכן די תנאים תיכף

אבער ס'רעדט נישט קיין איין ווארט פין א לחיים אין ביהמ"ד, אין יעדער איז בארעכטיגט צי מאכן א לחיים אין שול




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 01:53 לינק ישיר 

יעדער פארשטייט אז א שמחה פונעם רבין האט אן אנדערען באדייט עס איז נישט קיין פריוואטע שמחה עס איז יעדנס שמחה און דארט איז דא אנדערע תקנות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2008 03:22 לינק ישיר 

היפאקריטן, איינמאל און היפאקריטן צוויי מאל

יעדער מחותן אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג קען מאכן דעם זעלבן פורים שפיל און אפחוזק'ן פון ענקערע תקנות

מען וועט מאכן דעם ווארט און תנאים אין שטוב און נאכדעם אריבערגיין צו דעם פענסי קרן ויואל משה האלל אויף פארעסט, אדער בית רחל פאראדייס און מאכן דארט א רייכן "מסיבת לחיים" און עס וועט גארנישט זיין קעגן די תקנות

אין וויליאמסבורג וועט מען מאכן דעם ווארט און תנאים אין שטוב און דערנאך גיין קיין קאנטינענטאל אדער ראוז קעסיל און מאכן א גרויסע "מסיבת לחיים"

איך פארשטיי נישט, הרב אשכנזי ארבעט ביי בי ענד עידזש און פארדינט בזיעת אפיך תאכל לחם דאס געלט מיט וואס ער גייט ברעכן די תקנות? צי דאס געלט קומט אים אן פיל לייכטער און דערפאר האט ער דעם גאטס צו מאכן זיין רשכבה"ג שווער ללעג ולקלס?

מע'האמער געוואוסט אז תקנות וואס זענען נישט לשם שמים נאר להגדיל המלוכה וועט נישט אנהאלטן לאנג

אבער ווי זיס איז די נקמה ווען דער אייגענער חדב"ן - אדער אייגענע טאכטער - וואס מען האט זיי געגעבן אזא שיינעם רבנות ווי קרית עצי תמרים, זיי זאלן צוברעכן די תקנות

יא, ראשקעבעהאג, מהרסייך ומחריביך "ממך" יצאו, ממך, טאקע פון דיר, פון דיינע קינדער, נישט פון די תלמידים הנקראים בנים, נאר טאקע פון די אייגענע בנים ובנות וועסטו ליידן

און דער עונש איז מיט יושר

אלעס קומט אהיים

יעצט חסידים, גייסט אין ביהמ"ד און זינגסט פארן רשכבה"ג "דער רבי זאל לעבן א מזל טוב, דער רב זאל לעבן א מזל טוב, אלע תקנות אין דער ערד אריין, און א מזל טוב"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 03:58 לינק ישיר 

אז די פרעגסט סתם ווייל די ווילסט בלייבען מיט די קשיא, האב איך נישט קיין תירוץ פאר דיר נאר אז "די ביסט גערעכט",
אויב אבער ווילסטו טאקע יא וויסען וואס דא איז אנדערש וועל איך דיר זאגען,

לויט די תקנות איז פארבאטען צו מאכען א עקסטערע "מסיבות תנאים"
ווי אויך איז פארבאטען צו מאכען א "ווארט" אין א זאל, ס'מוז געפראוועט ווערן אין שטוב די פריעסטע מעגליך.

יעצט ווען א רב אדער רבי טוט א שידוך מאכט די רב די "ווארט" ביי זיך אין שטוב אזוי ווי יעדן,

אויב אבער איז נישטא קיין פלאץ ביי זיך אין שטוב, דאס הייסט ווען ער איז א רב פון א גרויסע שול/קהלה און די גאנצע שול/קהלה האלט מיט די שמחה ווי ביי אן אייגענע שמחה, מאכט מען די "ווארט" אין ביהמ"ד נישט קיין זאל וואס דארט ווערט שוין אויך אויפגעליינט די שטר התנאים.
און ס'איז נישטא די פראבלעם פון וועלן נאכמאכען, ווייל יעדער בר דעת פארשטייט מבחין צו זיין צווישען א רבישע שמחה און א בעלבתישע שמחה.


יעצט מיט הרב אשכנזי:
ער האט א שידוך געטון דאנערשטאג נאכמיטאג, און אזוי ווי ער איז א רב פון א גרויסע קהלה, און ווי אויך איז ער אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און די גאנצע סאטמארע קהלה וויל מיטהאלטען די שמחה ווי ביי א נאענטע משפחה, איז נישט מער ווי רעכט אז ער זאל מאכען די ווארט  (ווי מ'וועט אויך אויפליינען דעם תנאים) אין גרויסען ביהמ"ד,

נאר אזוי ווי ער ארבעט טאקע נישט ביי בי ענד עידזש און ווי אויך ווייל ער וויל זיין א סעמפל פאר די גאנצע קהלה מאכט ער טאקע די ווארט ביי זיך אינדערהיים אזוי ווי די תקנות  ווי מ'האפט אז ס'וועלן זיך טאקע נישט באטייליגען נאר משפחה נישט קיין ידידים.


איי שומר שמיטה זאגט דאך אז ער גייט נאכדעים אריבער אין ביהמ"ד מאכען א לחיים??..

ניין! ער מאכט נישט גארנישט נאך די ווארט,
נאר קהל שטעלט צו אין ביהמ"ד א לחיים לכבוד דעם רבי'ן שליט"א אז דער עולם זאל קענען אפגעבן די "מזל טוב" פארן רבי'ן שליט"א.
(אזוי איז יעצט אין פלאן)


און אויב וויל איינער נאכמאכען, אדרבא! זאל מען זיך זעצן לערנען אין ווערן אזא גרויסע רבי פון אזויפיל חסידים, און איך גלייב אז זיינע חסידים וועלן אים אויך צושטעלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 04:30 לינק ישיר 

שומר שמיטה
שטעל דיר פאר אז טויזענטער אידן צוזאם אין איינמאל מאכן א שמחה!
דאס אז דער רבי מאכט א שמחה ביי זיך אין שטוב איז עס אלעמענס שמחה צוגלייך און עס א ריזן שמחה וואס פאדערט אלע טויזענטער בעלי שמחה זיך צו באטייליגן ווי ביי די אייגענע שמחה.
מען קעיטערט נישט קיין סעודה און מען גיט נישט קיין סוויט טעיבעל ווי אויך איז עס נישט אין א זאל נאר פשוט א לחיים אין ביהמ"ד מיט אלע טויזענטע בעלי שמחה צוזאם.
נו יעצט פאשטייסטו שוין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 18:01 לינק ישיר 

יא יא, שיינע תירוצים.

לאמיר ווארטן אויף די חתונה, וועט מען דעמאלט זעהן דעם גרויסן חוזק... שיינע טייטלביימער וועלן שטיין אין אלע ווינקלען, די גרעסטע קרוינען וועלן אראפהענגן, קאלירפולע בעקיטשעס וועלן טאנצן, ברייטע גארטלעך וועלן שפרינגען, אלעס נאר פארן אייבערשטנס וועגן....

(פארשטייט מיר גוט, איך האלט אז די תקנות איז א גוטע זאך, אבער ס'סאונד ממש ווי א חוזק שפיל)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 18:02 לינק ישיר 

ער פרעגט נישט ווייל ער וויל פארשטיין ממילא דארף מען טון אזוי ווי אין פס' שטייט ''אל תען... כאולתו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 18:46 לינק ישיר 

און דאס וואס מ'רישט איין פענסי טישן און בענקלעך פאר די פרויען, איז דאס ווייל די פרויען זענען גרויסע חסידים פונעם רבי'ן און יעדער וויל אפגעבן די מזל טוב?

נאכאמאל, איך בין זייער פאר די תקנות, אבער אן היפאקריטסווע.

אויב איז די תנאים לייענען נישט מער ווי א שטר וואס מ'ליינט פאר ביים ווארט, פארוואס ביים רבי'נס שמחה איז די תנאים אנדערש?

און פארוואס אויב עמיצער האט א גרויסע משפחה, אדער אסאך גוטע פריינט, צו אסאך ביזנעס אסאסיעטס, וועט ער אויך זיין ערלויבט צו פראווען זיין תנאים אין א זאל, ווייל זיינע גוטע פריינט האבן פשוט נישט קיין ארט ביי אים אין שטוב.

און דער תירוץ וועט אויך זיין, אז איך בין א גרויסער ביזנעסמאן, און יעדער וויל מיר אפגעבן מזל טוב פערזענליך?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 19:08 לינק ישיר 

ניין! ער מאכט נישט גארנישט נאך די ווארט,
נאר קהל שטעלט צו אין ביהמ"ד א לחיים לכבוד דעם רבי'ן שליט"א אז דער עולם זאל קענען אפגעבן די "מזל טוב" פארן רבי'ן שליט"א.


שומר שמיטה
כ'האב דיר געטרייט צו ענטפערן נארמאל, און איך האב א חשד אז די ווילסט דייקא יא בלייבען מיט די קשיא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 19:19 לינק ישיר 

איר ענפערט עם נאך? איר קענט דאך גראד זען וואס דער שומר וויל, לאזט עם בלייבן צופרידן.

שומר'ל, יא מ'ברעכט די תקנות, די אייגענע קינדער, מהרסייך ממך, איידעם טאכטער, יעצט גייען אלע ארונים זיך שוין אנפייפן אויף די תקנות, און זיי גייען איינזען אז זייער רבי איז א היפאקריט, און ................................  זיי גייען אלע לויפן ווערן חסידים פון  דיין הייליגן גאון.

פריי זיך שומר'ל. מיר האבן פארלוירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 19:26 לינק ישיר 

שומר שמיטה איך האב נישט געוואלט ענטפערען ווייל איך האלט נישט אז די ווילסט הערן א תירוץ....    שרייבסט אבער אז די ביסט פאר די תקנות סקיקט מיר נישט אויס פין דיין תגובה אז די ביסט דערפאר ממילא האסטו א פראבלעם מיט די תקנות סדאך א גיטע זאך אין איך קען נישט מיטפארען דערמיט ווייל אפשר וועל איך ווערן א נארישער ארויני דארעך דעם אין סוועט שאטען פאראן סעלף קאנפידענץ  ממילא מיז מען האבן קשיות וואס איעדע קינד פארשטייט די חילוק אבער סאיז געניג זיך ציפילען גיט   ביי ביי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2008 20:51 לינק ישיר 

שמיטה, ווי עס קיקט אויס קענסטו נישט אזוי גיט ליינען ווייל פון די אלע תירוצים בלייבסטו מיט דיינע שאלות.

קודם פרעגסטו פארוואס מען מאכט א תנאים אין בית מדרש?
תשובה: די האסט אלע רעכטען לויט די תקנות, ווען די מאכסט תנאים אויך צו מאכען א תנאים אין בית מדרש הגדול (אבער פרוביר דאס צו מאכען אין חודש אדר, אז דער עולם זאל הנאה האבען)

פרעגסטו נאכדעם "מען וועט מאכן דעם ווארט און תנאים אין שטוב און נאכדעם אריבערגיין צו דעם פענסי קרן ויואל משה האלל אויף פארעסט"
תשובה: אויב זעהסטו נישט קיין חילוק פון בית מדרש הגדול מיט קרן ויואל משה, ביסטו גערעכט!

אבער די ביסט נאכנישט פארטיג... "און דאס וואס מ'רישט איין פענסי טישן און בענקלעך פאר די פרויען, איז דאס ווייל די פרויען זענען גרויסע חסידים פונעם רבי'ן און יעדער וויל אפגעבן די מזל טוב"
תשובה: אינטערסאנט אז די עסקנים ווייסען נאכנישט פון די פענסי טישען, די פלאנסט דאס צו ברענגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2008 22:31 לינק ישיר 

אין איין ווארט:
עס גייט זיין א תנאים אין ביהמ"ד הגדול? ניין.

גייט קהל מאכן א גרויסער לחייים לכבוד רבינו שליט"א ווי עס פאסט פאר אזא גרויסע קהלה? יא.

טא, ווי קומען די תקנות דא אריין אין בילד? די תקנה אז מ'זאל מאכן א תנאים אינדערהיים ווערט פולשטענדיג איינגעהאלטן, און דאס אז קהל מאכט א לחיים איז פונקט ווי מ'זאל אין א ביזנעס מאכן א לאנטש פארן בעה"ב נאך א שידוך שליסן, האט דאס עפעס מיט די תקנות? געוויס נישט.

וואס דרייט איר א קאפ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 23:04 לינק ישיר 

שומר
די פארשטייסט אז נאר דיין גרויסע רעבע מעג פאהרען מיט לעלאס אין לעמפליך
ווייל קיינער וועט במילא דאס נישט נאכמאכען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 23:09 לינק ישיר 

שומר שמיטה וואס איז מיט פקודתו שמרה   אאאאאאאאאאאאאאא  עת לעשות סאיז א מצוה  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער ברעכט די תקנות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext