בית פורומים כל העולם כולו

ווער ברעכט די תקנות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2008 23:27 לינק ישיר 

רינדעכיגע טישן ביי די פרויען (תקנות)???
טייערע קעיקס ביי די פרויען (תקנות)???

די תקנות איז באגראבן דורך דעם רבי'ן אליינס
ווייל איך  מעג און די נישט !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 23:46 לינק ישיר 

אז די פרעגסט סתם ווייל די ווילסט בלייבען מיט די קשיא, האב איך נישט קיין תירוץ פאר דיר נאר אז "די ביסט גערעכט",



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 00:12 לינק ישיר 

זאג נאר די רבי ז"ל האט נישט געלאזט ניצען קיין רינדעכיגע טישן      



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 01:53 לינק ישיר 

נאר שלמה יאנקעל מיטן יפו'ער מעג זיצן ביי א רינדיגען טיש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/9/2008 03:53 לינק ישיר 

איר דארפט נישט ווערן ציווילדעוועט.
די תקנות איז דורכגעפאלן
יעצט לאמיר נאר זעהן ווי לאנג די בהמה מונחת וועט בלייבן ליגן, צי דאס וועט אויך אינטערגיין?

דאס איז זיכער אז אלע קהלות אומעטום, קוקן צי אין שטוינען אויף דעם היפאקריט. ער רעדט פון תקנות א האלב יאר, און צום סוף גיט ער אליין א קאפע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 04:39 לינק ישיר 

כמיין אז איך מוז ליידער דיאגנאזירן שומר'ל מיט adhd
באקאנט אלס אטענשאן דעפיסיט הייפעראקטיוו דיסארדער ל"ע
ער זוכט סתם אטענשאן און הייפט אויף א נארישע קשיא נישט געשטויגען און נישט געפלויגען ער פארשטייט נישט קיין חילוק צווישען די זון און די לבנה.
בקיצור סארא שטותים ער ווארפט צוזאם מיט רינדיכגע טישן מיט שטרות, קעיק מיט בהמה מונחת, פרויען מיט קרן ויואל משה,

זאג שיין שעפעלע טייערע וואס דריקט דיר???
גיב ארויס דעם אמת וואס באדערט דיר..
אפשר די קומענדיגע דין תורה? די ביה"ח? די נייע חדר בילדונג? יו דשעי קער? וואס? וואס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 06:43 לינק ישיר 

אידן, איך בין א גרויסע גרויסע חסיד פון מורינו ורבינו מהר''א שליט''א

איך קען ענק נאר אויף אזויפיל זאגן, אז מיטדעם אז קהל מאכט א לחיים איז 100 % גערעכט נאר מיין שאלה איז אויב די תקנות פארלאנגן די זעלבע נאכט אדער א נאכט נאכדעם און טאפס צוויי נעכט טא וואסארא רעכט איז דעס צו מאכן א ווארט-לחיים-תנאים (וואטעווער די נעים איס) כמעט א וואך דערנאך ?

דאס האטעך שוין נישט צוטוהן צי מ'איז א רבי צי נישט...

מיין שוואגער האט גטוהן א שידוך פאריגע וואך און די עסקנים פון די תקנות האבן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין שפעטסטענס די קומענדיגע נאכט אבער נישט שפעטער און גלייבטס מיר אז ס'איז גארנישא געוועהן גרינג אבער מ'האט זיך איבער געארבעט און מ'האט געפאלגט אבי נישט צו צוברעכן די תקנות, און וואס איז יעצט ?

און נאכאמאל דאנט געט מי ראנג איך רעד נישט פון די צחיים און בית המדרש דאס פארשטיי איך נאר מיין קשיא איז פארוואס מ'האט געווארט כמעט א וואך ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 19:50 לינק ישיר 

שומרל גיט גיט  איך האב געוויסט אז סוף כל סוף וועסטו אנהייבן זינגען יעצט הייבסטו אן צי רעדן צי די זאך היבסט אן צי זאגן וואס דיר קוועטשט דיר קוועטשט אז רבינו שליט"א איז דער דע פאקטא מנהיג ישראל אין דאס וועט אזוי בלייבען ציזאמען מיט אלע תקנות שחיטה מונחת בית השחיטה שיעורים תורות דרשות אין וואס נישט יו נעים איט אין אינז וועל אלע טין וויאזוי ער באפעלט       אין דיין ען הארץ וועט זיין ביזי פארענטפערן פאר וואס  דער אייבישטער האט דן געווען די מיצרים על המחשבה אין נאך ערענסטע פראבלעמען ווי למשל כולל שומרי החומות     ביי ביי סי יו לעטער      




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 21:00 לינק ישיר 

סאיז א נחת צי זעיין די זאליס ווי זיי גייען אויס פון דהצלחה פון דעם רבי'ן זאל זאן גזינט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 21:15 לינק ישיר 

אוודאי איז א נחת דאס צו זעהן אבער אני הקטן האלט דאך פונעם זעלבען רבין און פון די זעלבע פארטיי (ווי איר קענט זעהן ביי מיינע אנדערע שרייבונגען) און מיין קשיא האט קיינער נישט פארענטפערט

פארוואס נישט ? יעדער האט די זעלבע קשיא נאר מ'האט נישט קיין תירוץ ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 21:29 לינק ישיר 

פאלט דער גארנישט ביי אז קיינער האט נישט קיין קשיא אין קיינער דארף נישט קיין תריץ ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 22:36 לינק ישיר 

טאטלע, פריער ווען מ'פרעגט ענטפער מען געהעריג נאר יעצט ווען איך פרעג עפעס א קשיא האסטו געענטפערט עפעס א ענטפער וואס איך האלט נאך אינמיטן טראכטן צי דו ווייסט יא וואס דו האסט געזאגט ווייל ס'איז געוועהן זייער צי די זאך...

טאטלע שיינע, לאמיך דיר אויסלערנען א כלל ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן ענטפער מען נישט, איי וואס דען טוט מען ? מ'ווארט איינער וואס האט יא א ענטפער זאל ענטפערן, האסט פארשטאנען ?

נישט אייביג מוז מען שרייבן, מ'דארף נאר שרייבן ווען מ'האט וואס און צי ענטפערן עפעס און אז נישט דעמאלטס נוצט מען די באקאנטע עצה "סיג לחכמה שתיקה" אן מ'ווארט אז איינער וואס האט יא א ענטפער זאל ענטפערן

און נאכאמאל איך בין נישט דא צי קריטיקירן איך האלט זייער פון די תקנות און ס'בארדערט מיר זייער ווען איינער פאלגט נישט און אייביג ווען איך זעה אז איינער וואס איז א חסיד פון אונזער רבי'ן פאלגט נישט פרעג איך פארוואס און וואס איז געוועהן די סיבה פון נישט פאלגן

און יעצט האב איך אויך געפרעגט פון מיינע חברים אין בית המדרש און אויך פון די עסקנים וואס טוען אין די תקנות און קיינער האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן ממילא פרעג איך עס דא אפשר וועט מיר איינער קענען ענטפערן דא

קען איינער ? אויב יא ביטע ווי שנעלער
 
ייש''כ למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2008 23:05 לינק ישיר 

כהאב דיר אזוי גענטפערט וויל עס איז נישט קיין קשיא        די תקנות זענען נישט קיין סתם גזירות  די פשט פין די תקנה צי מאכען דווקא גלייך די תנאים איז טאקע מזאל נישט קענען גארנישט ציגרייטען דער פראבלעם איז נישט דא ווייל קהל זיכט דווקא נישט צי געבען אויסער סעלצער מיט לקח          יעצט ווען קהל מאכט א לחיים אז דער ציבור זאל קענען ווינטשען מזל טוב דארף מען צישטערן דעם בית המדרש מאגט דאס קהל אין א טאג וואס קימט אויס גיט פארען מענעזשער      איך וויס נישט צי וועם די האסט גערעדט איך בין געווען ביים לחיים אין היינט ציפרי אין בית המדרש קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אז מהאט עס געמאכט אוואך שפעטער סאיז נישט קיין שום דומין צי דיין שוואגער א פרוואטע שמחה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2008 02:35 לינק ישיר 

מען דארף זיין נאריש צו פארגלייכן דעם רבי'נס שמחה צו א שמחה פון א יחיד, יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק.

מצד השני האלט איך אז די עסקנים האבן פארפאסט א געלעגנהייט אויסצונוצן די שמחה אויף צו פארשטארקן די תקנות. און ס'איז א שאד.

ס'איז באקאנט די גמרא אין סוכה "משל למלך בשר ודם שהיה עובר על בית המכס אמר לעבדיו תנו מכס למוכסים, אמרו לו והלא כל המכס כולו שלך הוא, אמר להם ממני ילמדו כל עוברי דרכים ולא יבריחו עצמן מן המכס".

און להבדיל אלף אלפי הבדלות האב איך זיך פונקט דערמאנט אז פרעזידענט בוש יר"ה האט חתונה געמאכט אויף א באהאלטענעם אופן, ווייל דאס לאנד איז אין מלחמה, און ער האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי איינער וואס לאזט זיך וואוילגיין ווען ער שיקט סאלדאטן אויפן פראנט. כאטש ער וואלט זיך גוט געקענט פארענטפערן אז ס'האט נישט קיין שייכות.

אויף די עצם זאך פון מאכן א גרויסע לחיים קען מען דן זיין, איך פערזענליך וואלט מוותר געווען דערויף לצורך התקנות, אבער איך פארשטיי אויך פארוואס מען זאל עס יא מאכן.

די קשיא פארוואס מען האט עס געמאכט א וואך שפעטער באדערט מיך, ווייל איך זע טאטלע'ס תירוצים, למשל דער תירוץ אז מען מאכט די שמחה ווען ס'איז גוט פאר'ן מענעדזשער... דאס איז סתם א בושה צו זאגן, ס'איז דא צענדליגער עסקנים וועלכע וואלטן געווען זייער פרייליך צו העלפן דעם מענדעזשער... די אנדערע תירוץ וועגן נישט קענען צוגרייטן, איז אויך א שוואכער תירוץ, ווייל אויב א יחיד וועט זאגן איך געב סייווי סעלצער מיט לקח, איך וויל עס מאכן א וואך שפעטער וועט דאס נישט הייסן געבראכן די תקנות?

איך האלט אז מען דארף שוין מאכן פלענער אויף די חתונה צו זיין א ביישפיל וויאזוי צו היטן די תקנות, כאטש ס'איז אמת אז יעדער פארשטייט אז דער רבי איז אנדערש, און מען דארף צושטעלן פאר א גרויסן עולם וכדומה, קען מען אלץ אויפקומען מיט פרישע רעיונות צו ווייזן אז מען האלט די תקנות.

פארשטייט זיך אז די אלע וואס זוכן קשיות וועלן דעמאלטץ טרעפן אנדערע קשיות, און נישט זיי דארפן מיר צופרידן שטעלן, אבער מען דארף יא זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 02:47 לינק ישיר 

אינז דארף מיר נישט פאר ענטפערן דעם רבי'ן אויף די סארט נער'ישקייטן

אנשטאט זאלן זיי פארענטפערן זייער עם הארץ וואס עפענט נישט קיין יודיש ספר משנה לשנה

תוקן על ידי האקאבו ב- 04/09/2008 2:46:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער ברעכט די תקנות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.