בית פורומים כל העולם כולו

מוסדות נעמען נישט צוריק קינדער צוליב נישט באצאלן שכ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2008 17:49 לינק ישיר 
מוסדות נעמען נישט צוריק קינדער צוליב נישט באצאלן שכ"ל

יא איר לייענט גוט, נישט איינס, און אויך נישט קיין גלעזאלע, אפילו נישט קיין גלעזל, נאר גאנצעטע גלעזער אידיש בלוט.

איר וואונדערט זיך, איך וועל אייך פארציילען, איך האלט יעצט מיט מער ווי איין מעשה פון טאטעס וועלכע האבן יארן לאנג געהאט פרנסה און געארבעט שווער צו ברענגען פרנסה, און יעצט צוליב דעם שווערן מצב האבן זיי פארלוירן זייערע פרנסות.

איך רעד פון צוויי מעשיות וואס איך האלט יעצט מיט, דער מצב אין שטוב איז אנגעקומען עד ככר לחם, עוללים שאלו לחם פורס אין להם, מען האט שוין אפגעהאקט די לעקטער אין די טעלעפאן, דער טאטע האט זיך שוין אראפגעלאזט און געגאנגען שנארן פשוט צו קענען עקזיסטירן ווייטער - אן לעקטער וואסער און טעלעפאן קען מען היינט נישט עקזיסטירן - און יעצט ווילן די מוסדות נישט צוריק נעמען זייערע קינדער ווייל זיי זיינען שולדיג שכר לימוד.

שומו שמים, תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, הישמע כזאת בישראל.

וואס איז געשען מיט אונז, וואו האלטן מיר אויף די וועלט, נישט גענוג די צרות השפלות און בזיונות וואס דער טאטע גייט אדורך אז מען מוז עם נאך מוסיף זיין צער על צערו?

שעמען זאלן זיך די מוסדות, איך וויל זיי נישט אנרופן מוסדות התורה, ווייל א תורה'דיקע מוסד טוט נישט אזאנס

איך וויל נאך דערווייל נישט מפרסם זיין די נעמען פון די צוויי מוסדות פון וואס מען רעדט דא, אבער קען זיין אז איך וועל מוזן מפרסם זיין.

דערווייל בעט איך אויב נאך איינער ווייסט פון אזא מוסד זאל ער עס מעלדן דא, מען דארף מאכן א ויצעקו.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2008 3:07:31




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 04:22 לינק ישיר 

אלע מוסדות טרייען ארויס צושלעפן שכר לימוד ווייל אפי' נאך שכר לימוד קאווערט מען נישט דעם בוזשעט, אויב איינער קומט אין בעט זיך אז ער האט פארלוירען פרנסה נעמט מען גלייך צוריק, פין וועלכע מוסד די האט געהערט די 2 מעשיות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 04:28 לינק ישיר 

א זאלי איז געקומען צו די אפיס פין בארא פארק סאטמאר שרייענדיג היתכן מען העכערט אים שכר לימוד האט מען אים געזאגט אז די הנהלה האט שווערע הוצאת פין די קאורט'ס. האט יענער געשריגען ווי אזוי מעגן ענק באצאלען פין דאס געלט פאר לויערס האט אים דער אפיס ארבעטער געזאגט אונז באצאלען עס נישט די באצאלסט.......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 16:42 לינק ישיר 

איר זענט אפשר גערעכט אז שכ"ל דעקט נישט דעם מוסד. אבער פאר דעם זענען מיר דאך יודן, און אז א טאטע האט פארלוירן זיין פרנסה און קען נישט דעקן דעם טעגליכן לעבן, און בלייבט שולדיג שכ"ל איז א רשעות נישט צוריק צו נעמען זיינע קינדער.

איך בין אליין געגאנגען רעדן פאר דעם טאטע און איך ווייס פון נאך איינעם וואס איז געגאנגען רעדן, אבער עס האט נישט געהאלפן, די מוסדות האבן זיך פאר'עקשנ'ט.

און פון נעכטן ביז היינט בין איך געוואר געווארן פון נאך אזא מעשה.

ביי די מעשה ווי איך בין געגאנגען שתדל'ן האט נעבעך דער טאטע דער בעל חוב געמוזט ארויסנעמען נאך א הלואה אין גמ"ח (וואס ער גייט נישט האבן צו באצאלן), און געבן פאר די מוסד און נאר אזוי האט מען צוריק געלאזט די קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2008 23:57 לינק ישיר 

אלע מוסדות לעבן אין האלטן זיך אויף נאר אויף שנארען אין דרייען געלט נישט פין שכר לימוד , שכל קאווערט מאקסימום 35 פראצענט, איך האלט אז עס קען נישט זיין א מוסד זאל אזאונס טאן, אפשר פאר א טאטע א אויבער חכם סתם אזוי ווען עסקנים האבן זיך שוין געבעטן קען איך נישט גלייבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 00:20 לינק ישיר 

די מוסדות זענען בעיקר שטרענג מיט טאטעס וואס לעבן א חיים טובים מיט א קאר אין קאנטרי אבער ווען עס קומט צו שכר לימוד האט ער ליב זיך צו לייגען א עול אויפן ציבור.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 07:07 לינק ישיר 

אין לייקוואד איז פארקערט. די ראשי ישבות האבן געאסרט צו עפענן די מיידל סקולס ביז אלע מיידלך זענען אריינגענומען אין א מוסד


http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/23010/UPDATED:+Opening+Of+ALL+Lakewood+Girls+High+Schools+Postponed.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוסדות נעמען נישט צוריק קינדער צוליב נישט באצאלן שכ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext