מוסדות נעמען נישט צוריק קינדער צוליב נישט באצאלן שכ"ל
יא איר לייענט גוט, נישט איינס, און אויך נישט קיין גלעזאלע, אפילו נישט קיין גלעזל, נאר גאנצעטע גלעזער אידיש בלוט.
איר וואונדערט זיך, איך וועל אייך פארציילען, איך האלט יעצט מיט מער ווי איין מעשה פון טאטעס וועלכע האבן יארן לאנג געהאט פרנסה און געארבעט שווער צו ברענגען פרנסה, און יעצט צוליב דעם שווערן מצב האבן זיי פארלוירן זייערע פרנסות.
איך רעד פון צוויי מעשיות וואס איך האלט יעצט מיט, דער מצב אין שטוב איז אנגעקומען עד ככר לחם, עוללים שאלו לחם פורס אין להם, מען האט שוין אפגעהאקט די לעקטער אין די טעלעפאן, דער טאטע האט זיך שוין אראפגעלאזט און געגאנגען שנארן פשוט צו קענען עקזיסטירן ווייטער - אן לעקטער וואסער און טעלעפאן קען מען היינט נישט עקזיסטירן - און יעצט ווילן די מוסדות נישט צוריק נעמען זייערע קינדער ווייל זיי זיינען שולדיג שכר לימוד.
שומו שמים, תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, הישמע כזאת בישראל.
וואס איז געשען מיט אונז, וואו האלטן מיר אויף די וועלט, נישט גענוג די צרות השפלות און בזיונות וואס דער טאטע גייט אדורך אז מען מוז עם נאך מוסיף זיין צער על צערו?
שעמען זאלן זיך די מוסדות, איך וויל זיי נישט אנרופן מוסדות התורה, ווייל א תורה'דיקע מוסד טוט נישט אזאנס
איך וויל נאך דערווייל נישט מפרסם זיין די נעמען פון די צוויי מוסדות פון וואס מען רעדט דא, אבער קען זיין אז איך וועל מוזן מפרסם זיין.
דערווייל בעט איך אויב נאך איינער ווייסט פון אזא מוסד זאל ער עס מעלדן דא, מען דארף מאכן א ויצעקו.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2008 3:07:31
 |
|
|