אדמיראל, האסט פארגעסן פון די ראלי וואס גייט פארקומען דעם זינטאג אין וויליאמסבורג העכער די הייוועי אויף לי עוו. אום 6:00 קומטס ארויס אין די מאסן!!!
נשלח ב-4/9/2008 23:41
מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?
אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...
און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע.
בפרט ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן.
אין תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.
וואס האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס, וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.
נשלח ב-5/9/2008 00:11
די מעלה פון דניאל סקוואדראן איז: מלא חן פיל מיט ענערגיע א שארפע מוח מיט א קאמאן סענס פון די טשאק שומער חדר וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט צו זאגן אז דארט דארף מען קענען ארבעטן
נשלח ב-5/9/2008 00:14
אדרבה! וואס איז די הכרת הטוב ? זאגט איין זאך וואס קאנאר האט דערליווערט ? וואוט פאר א נייעם ענערגישן פארטרעטער פון וויליאמסבורג!
נשלח ב-5/9/2008 00:37
מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?
דניאל סקוואדראן ארבעט שוין יארן פאר סענאטאר שומער לטובת אידישע אינטערעסן, יעדע קאמיוניטי וואס שומער האט באזיכט (חוץ וומ"ס ווי יעדער פארשטייט) קען דעם דניאל
אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...
און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע. וואס האט מארטי קאנאר געטוהן ? וואס טוט ער אלץ לאנגער פארטרעטער?
בפרט
ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה
אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי
האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן
קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט
אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן.
דניאל סקוואדראן לויפט שוין באלד א יאר, בלומבערג האט זיך צוגעשטעלט צו איהם נישט פארקערט, און לגבי מציצה זאלסטו שרייען אויף נידערמאן וואס וואו באקאנט האט די וואלן גארנישט געהאט מיט מציצה נאר זייער אייגענע אגענדא, כדי צו געינען ביי בלומבערג זייערע טאשן האבן זיי געמיזט דערליווערן וואוטס און כדי דער ציבור זאל וואוטען האט מען געשריגן א וואלף, יעדער איז אנגווייטאגט דערויף און עס איז זייער גוט צו זעהן אפילו נידערמאן שטיצער פארשטייען אז בלומבערג האט גארנישט דערליווערט און תוך כדי דיבור מיינט דאס אז "נידערמאן האט גארנישט דערליווערט פון בלומבערג פאר וויליאמסבורג" מיר האלטן אויך אזוי
אין
תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה
בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל
קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין
ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.
קוק פריער
וואס
האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס,
וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער
זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.
בייק לעינס האט די קאמיוניטי בארד צו אונזער שאנדע אפראווד! יא יא ! די גאנצע מעשה אז מען האט נישט געוואוסט איז שוא ושקר! און בארא פארק האט מען נישט געמאכט קיין בייק לעין, פארוואס?
נשלח ב-5/9/2008 00:43
איך בין אביסעל דיסאפוינטעט אין יו זשעי קעיר מיט זייער אינדארסמענט אין איך וויל פארשטיין וואס גייט דא פאר.
וויפיל איך האב מיט געהאלטן די לעצטע פאר יאר איז סטעיט סטנטאר מארטי קאנער געווען גרייט אייביג צו ארבעטן מיט יעדן איינם, אין געקוקט אויף אונזער זייט ווען קיינער האט נאכנישט געקוקט אויף אונזער זייט, ער איז אלס געווען דא גרייט צי העלפן א יעדן איד נישט קיין חילוק פין וועלכע חסידות ער איז... אין זיך נישט דעשראקען פין די העצערייען פין נידערמאן וקאמפעני, איז ווי איז אונזער הכרת הטוב? פאר וואס זאל איך שטימען פאר איינעם וואס איך קען נישט אין ווייס נישט וואס ער וועט זיין ווען עס איז דא א איקאמבענט וואס האט געטוהן פאר אונז זייער א סאך.
אין אויב ווילסטו מיר זאגן אז מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז מען זאל אים אינדארסען, וויל איך וויסן וואס זענען מיר שולדיג פארן מעיאר (חוץ צי באצאלען פאר די פארקינג טיקעטס, העכערע טעקסעס, ציגערעטאן פרייזן, אין אויב גייט עס ווען זיין וועג וואלטן מיר געצאלט $8 פארן אריינפארן אין מאנהעטאן יעדן טאג), אין די בייק לעינס ועל כולם האט ער געוואלט מבטל זיין ח"ו מציצה בפה. סא איך ווייס נישט וואס מיר זענען שילדוג פאר אים, איר געדענק נאך הערסאן פלעיס???
יעצט צי די צווייטע זייט זיי האבן אינדארסט קאנגרעסמאן עד טאנס, ווייסט איינער וואס עד טאנס האט שוין דיליווערט פאר זיין דיסטריקט אין די לאנגע יארן וואס ער איז שוין אויף זיין בענקעל, (איך רעדט שוין נישט וואספארא ליצנות ער איז אין קאגרעס פאר זיין טיפשות, איר ווייסט אז אפי' יעצט ווען זיין פארטיי איז אין פאער, איז ער נישט אויף קיין איין וויכטיגע קאמיטי) איין זאך וואס ער האט געטוהן פאר ווילי די אלע יארן ער האט אויסגעהאלטן א וויליאמסבורגע ארימאן (ליין.. עושר) משה דוד נידערמאן אויף זיין פעראל, אין נידערמאן האט אים אין טאש.
אין נאך מער ווען אלע פאליטישאן'ס האט שוין איין געזען אז וויליאמסבורג האט נישט נאר איין פארטרעטער, אין נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, איז ער נאך געווען פין די אייציגסטע וואס האבן עס נישט געוואלט איין זעהן? ווייס איר אז נאך לעצטענס האט ער געדארף האבן מיטונג מיט יו זשעי קעיר פארשטייער, אין און די לעצטע מנוט האט עס זיין סטעף... געקענסעלט (אזוי זאגט ער אז ער האט נישט געוויסט). יא ער איז נידערמאן אין נידערמאן איז ער.
אין יעצט ווען ער שטייט אויס פאר א שווערע ריעלקשאן, איז ער געקומען צי לויפן, אין ער האט זיך אויפגעוועק פין די רעגאסטרעשאן דרייוו, אז מיר לעבן ווי איז ער געווען ביז יעצט, אין ווער זאגט אז נאך די וואלען אויב ער געווינט (ח"ו), וועט ער זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן פין אונז? יעצט לאז אים נידערמאן קומען צי אונז ווייל ער דארף אים האבן כדי צי באקומען ווייטער פעראל פין אים.
צו ווייסט איר אז ווען מען האט געהעכערט די רענט'ס אין בעדפארד גארדענס, איז ער נישט געווען צי באקומען, אבער אין א אנדערע דיסטריקט אין קאני איילענד ווען איינער האט געוואלט אפקויפן אזא מין גאוועמעט פראדשעקט ווי בעדפארד גארדענס, איז טאנס דארט געווען אין פארפירט אז מען וועט העכערן די רענט'ס. ווייסט איינער די חילוק ? איין תירץ איז דא אז קראוס מענעדשמענט (בעדפארד גארדענס) באצאלט פאר אים אין פאר איינער נידערמאן וואס איז אויף זיין סטעף.
על כן וויל איך פארשטיין פארוואס זאל איך שטימען פאר אזא איינער וואס דארף אונז נישט נאר ווען ער האט א שווערע ריעלקשאן'ס, מיר זענען נישט קיין קעלבליך אז מיר זאלען גיין שטימען פאר וועם איר ווילט, מיר האבן קשוית אין מיר ווילן פארשטיין פארוואס מיר זאלן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס יו זשעי קעיר האט אינדארסט, ביי מיר איז עס א עולם הפוך ראיתי. אפשר קען מיר איינער מתביר זיין וואס דא גייט פאר??
נ.ב. עס טוט מיר וויי אז איך דארף זיין אויף איין זייט מיט דוד'ל
נשלח ב-5/9/2008 01:24
יודל'ע
מיר טוט נישט וויי צו זיין אויף איין זייט מיט דיר אדער אן אנדערער אהרוני ווען די פאקטן זענען בולט.
די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????
אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.
איך פארשטיי אז די אהרונים קענען נישט צוקוקן אז ר' משה דוד באלאנגט נישט צו זייער זייט, אבער דאס גיט זיי נישט קיין בארעכטיגונג אים צו באשמוצן ווי דער וועלטס–פארברעכער. איר ווילט האבן אייגענע עסקנים, בכבוד גדול!
נשלח ב-5/9/2008 01:29
דוד46 כתב:
.
די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????
אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.
דוד'ל
ענטפער אויף איין זאך מיט וואספארא רעכט איז נידערמאן געלאפן צים ניו יארק פאוסט יולי 14 2008