|
|
| נשלח ב-9/9/2008 06:00 |
|
| |
ווייל דניאל האט א בארד, און ער איז קעגין מציצה בפה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 06:09 |
|
| |
נישט ווייל מיט סקוואדראן איז גאראנטירט אז ס'גייט זיין בעסער, נאר ס'דארף געשיקט ווערן א מעסעדזש פאר די אינקאנבענטס, אז "דער איז נאו מאר פרי פעסס", ווער ס'טוט פאר וויליאמסבורג, וואוט מען פאר עם און ווער נישט, נישט, און איינער דארף זיין דער שעיר לעזזל. (נישט קיין חילוק צו ער וועט סום סוף געווינען צו נישט, דער מעסעדזש וועט אנקומען ווי ס'דארף)
יעצט וועסטע אוודאי פרעגן פארוואס דווקה קאנאר, פארוואס נישט טאונס?
דער תירוץ איז זייער פשוט, ביי דעים פארמעסט איז געקומען פערזענליכע בקשות פון אסאך גרויסע פאלעטישען'ס אז מ'זאל שטימען פאר סקוואדראן, האט מען געהאט מיטינגס מיט סקוואדראן און ער האט עכ"פ פארשפראכן צו קעמפן פאר וויליאמסבורגע איינוואונער, און לויט זיין רעקארד אלס פלעינע געהילף פאר סענעטער שומער, זעהט מען אז ער איז א מענטש מיט ענערדזשי, איז געבליבן אז אויב מ'קען אריינכאפן צוויי פישלעך מיט איין נעץ, לוינצעך צו שיקן דעים מעסעדזש דערעך דעים פארמעסט.
און יעצט זאל יעדער איינער זיך אליין פרעגן, באקומען מיר טאקע אלע שטאטישע פראגראמען וואס מיר קענען באקומען? צו ווערן מיר נישט צוטרעטן דערעך אונזער ספאנישער שכן וויטא לאפעז? דארפן מיר טאקע נישט קיין טויש? מ'רעדט נישט דא פון קיין מעיאר אדער פון גאווערנער, מ'רעדט פון א פלעינע סטעיט סענעטאר, זיין פאזיציע איז נישט די גרעסטע, אבער די מעסעדזש, וועט אי"ה זיין זייער גרויס און אנקומען גאר ווייט!
געדענקט "דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטאר"!
תוקן על ידי אדמיראל ב- 09/09/2008 6:10:20
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 06:35 |
|
| |
קענסט אנווייזען אויף א ספעציפישען אישו וואס סקוואדראן גייט צושטעלען און וואס פונקטליך ער גייט טאן?
איך פארשטיי די ווילסט שיקען א מעסעדזש פאר די קאנדידאטען און בעיקר פאר UJO, אבער ווייטער די זעלבע אישו, וואס וועט UJCARE זיין בעסער? און אין די צייט וואס זיי זענען שוין דא וואס האבען זיי אויפגעטאן מער ווי UJO? חוץ פון די עסן פאר פסח.
און ביי-די-וועי האסט מיך דערמאנט א תגובה וואס רבי יונה האט געשריבען ביי די געוועזענע וואלן אין קרית יואל:
איך האב געפרעגט א קרית יואלער איד נעכטן, איך פארשטיי באמת נישט, ווי אזוי פאר א גוט יאר, גייסטו שיקן א מעסעדזש פאר דוד עקשטיין אדער מ.ל. גליק דורך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן וועלכע זענען גאר אן אנדערע גרופע, און אפילו שטילע שונאים פאר דוד און מ.ל.?
זאגט ער מיר, פארפאלן, עס איז נישט דא קיין ברירה, קעגן זיי קען איך נישט וואוטן, מוז איך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן.
האט ער מיך דערמאנט א מעשה,
א פרוי האט פארלוירן איר רינגל און דער מאן זעהט ווי זי זוכט עס אין דיינונג רום, זי שוויצט און בייגט זיך אראפ און קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, זוכט מיט אלע כוחות
פרעגט איר דער מאן, איך פארשטיי נישט די האסט דאך פארלוירן דעם רינגל אין בעדרום, וואס האסטו פון זוכן אין דיינונג רום?
ענטפערט זי, וואס זאל איך טון, אין בעדרום איז נישט דא קיין לעקטער, מוז איך זוכן דא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 06:44 |
|
| |
ניין יכול, כ'קען דיר נישט גאראנטירן אז סקוואדראן גייט זיין בעסער, אבער אויב קענסטו נישט אנווייזן וואס קאנאר האט דעליווערד פאר וויליאמסבורג, טארן מיר נישט פראבירן א צווייטן קאנדידאט? וואס אגב קוקט אויס, אז דעס וואס ער פארשפרעכט צו דעליווערן געוויסע פאנדס פארן וויליאמסבורגער ציבור, איז לויט זיין רעקארד אלס שומער געהילף, שטארק מעגליך אז ער וועט איינהאלטן.
און צוגאב איז שיקן א קלארן מעסעדזש פאר וויטא לאפעז גענוג א גוטע סיבה צו שטימען פאר סקוואדראן, ריגארדלעס צו יו דזשעי קעיר אדער סקוואדראן וועט זיין בעסער, ס'וועט אויך געבן א געלעגענהייט פאר יו דזשעי או, וואס האט מורא צו טוהן געוויסע זאכן פאר וויליאמסבורג, וועגן וויטא לאפעס, זיך צו פארבעסערן מיט זייערע סערוויסעס לטובת דעים ציבור, און נישט דארפן טראכטן וואס וויטא לאפעז וועט זאגן!
און דאס וואס דו שרייבסט וועגן יו דשעי קעיר האט גארנישט געטוהן אויסער די עסן פאר פסח, איז ווי איינער זאגט אז אויסער מיין צען מיליאן דאללער אין באנק בינעך א עני ואביון! יא יא! די עסן פאר פסח איז געווען א געוואלדיגע אויפטוה, און אויך האטעס געדינט פאר א גוטע סעמפל וואס מיר קענען אלס אויפטוהן ווען מ'האט נישט וויטא לאפעז אויפן קאפ!
דעריבער טייערע ברודער, קומט ארויס אין די מאסן צו שיקן א מעסעדזש פאר וויטא לאפעז, דערעכן שטימען פאר דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטאר!!
תוקן על ידי אדמיראל ב- 09/09/2008 6:44:28
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 08:01 |
|
| |
קומט אויס
אז ווער עס גיבט עסן פאר מענטשען, ווי ר' מרדכי פאלאטשעק ע"ה'ס שבת פעקלעך אדער אנדערע ארגענעזאציעס וואס גיבען זיך אוועק פאר אנדערע, אפילו UJO וואס האט יארען לאנג ארויסגעהאלפען אחינו בני ישראל מיט מעדיקעיד פוד סטעמפ אימיגראציע געוויסע העלט קאוורידזש פאר עלטערע אידן וואס קענען נישט ערלויבען צו באצאלען פאר פאלשע ציין אדער הערינג עידס וכהנה וכהנה, דאס הייסט א רעקארד פון העלפען אידן, נישט א ארגענעזאציע וואס האט געמאכט א גאנצע טראסק מיטן געבן עסן פאר פסח און מיט פיקטשערס אין די צייטונגען, איז דאס די ערשטע מאל וואס מ'גיבט אידן צו עסן אויף פסח? וואס איז מיט קמחא דפסחא פין ר' אברהם לויפער וואס איז מיט ביקור חולים פין די רביצין ז"ל וואס עטץ האטס געווארפן שטיינער, ווי איידער צו כאפן בילדער פין אירע גרויסע אויפטוען?
UJO קומט מיט א רעקארד פין העלפען אידן, א רעקארד פין אויפטוען, נישט פראפיגאנדע.
שטימט אויסדריקלעך פאר קאננער און נישט פאר סקוואדראן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 16:49 |
|
| |
חייםחייקל, זיי נישט נאריש. דאס ארויסהעלפן "אחינו בני ישראל מיט מעדיקעיד פוד סטעמפ אימיגראציע געוויסע העלט קאוורידזש פאר עלטערע אידן".. איז א זאך ווואס מרת שווארץ טוט אויך דא אין וויליאמסבורג און אזוי אויך חיים ווערצבערגער. מ'ווערט נאכנישט די שטאט'ס פארטרעטער דערמיט. אויב וויל ער אויפהאלטן א אפיס פאר זיינע אנדערע ביזנעסער מוז ער טוען סאשעל סערוויס "אויך".
יעצט איז אזוי. אויב איז יעצט די וואלן איבער UJCARE קעגן UJO וואלטן מיר זיך יעצט גע'טענה'ט איבער די אויפטוען פון די צוויי. די פאקט איז אז די וואלן היינט דינסטאג איז איבער דעם אלט געזעצענער 30 יעריגער סענעטאר מארטי קאנער - וואס האט א רעקארד פון "גארנישט אויפטוען" פאר די שטאט וויליאמסבורג, וואס ווי די זעסט קען קיינער נישט ווייזן מיט די פינגער אויף עפעס א דערגרייכונג וואס איז געקומען א דאנק אום - קעגן א נייער קאנדידאט, א לאנג יעריגער טשיף אוו סטעף פון סענעטאר שומער, דניאל סקוואדראן. - א מענטש וואס האט א רעקארד אז זייענדיג אין אפיס פון שומער האט ער שוין אויסגעטיילט פאר סקולס איבער ניו יארק שווערע הונדערטער מיליאנען דאללארן אן קיין גוזמה.
די אויסוואל איז יעצט זייער קלאר. מיר קענען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין ווידעראמאל ווי אין די פארגאנגענע יארן. די וויליאמסבורגער איינוואוינער וועלן נישט האבן קיין פארטרעטער אין די רעגירונג, און מ'וועט טרעטן אויף אונז פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט, און ווי דער מצב שטייט היינט כהיום. אדער קענען מיר אריינברענגען א נייער אינגער ערנעגישער מענטש וואס זאגט צו אויפצוטוען און זיך אומקוקען אויף אונז.
איך ברויך אייך נאך זאגן וואס יעדער נארמאלער מענטש וואלט געטוען?
זייט נישט קיין צועקים לשעבר. שטימט פאר "דניאל סקוואדראן"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 16:50 |
|
| |
.
תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 09/09/2008 16:49:50
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 21:12 |
|
| |
יעצט באקומען אויף אימעיל:
Its 7 hours to go, the other side are real violent, try to harras and surpress our voice.
We need every one should fight for his own interest and future.
Come out and vote in mass, Shlep atleast another 10 people to the booths, we are staying very good, our candidate looks promising tonight, but only with our few votes in mind.
He is counting on us, he just visited our operation office, he ask for help again, and assured us we will not be forgatten.
Please, get out your and your father, mother, grand parents, in-laws, freinds, work maids to vote.
its almost a few hours where we will celebrating.
Call, drive, text, email, and make sure everyone comes out & votes for DANIEL
SQUADRON today.
For all new voters who they don't have them in the book, file an affidavit! its the same vote, and its urgent in such close races.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 21:22 |
|
| |
איך זע פונעם רעדן דא אז UJO וואלט שוין געהאלפן אידן ווען נישט לאפעז'ן, אפשר קען איינער דא שרייבן ווער איז דער לאפעז, און וואס האט UJO אזוי מורא פון אים
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 21:41 |
|
| |
Connor agrees that he DOESN'T get involved as
we keep ASKING what has Connor done for Williamsburg?
I asked Connor for his position on Metzitza
B'Peh, and he punted.
"I didn't get involved in that, to tell you the
truth," the senator told me last night. "It's a difficult situation. Bloomberg's
administration was handling it. I don't know enough about it."
Why didn't he
get involved to HELP US ?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 22:11 |
|
| |
די רעגן לאזט שוין נאך, ביטע קומט ארויס שטימען פאר דניאל סקוואדראן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 23:14 |
|
| |
די אומלעגאלע זשאנטאזש הייבט זיך אן די בויעס זענען ממש אויס מענטש
|
|
|
|
|