אוי גייט שלום דייטש טאנצען איך קען איין זאך אז די וואך גייט מען קוויטשען אויף די עירוב טראגערס מיט
שרעקליכע קולות
נשלח ב-5/9/2008 01:27
אידן וואס האבן שוין באקומען דעם פאשקוויל זאגן אז ער גלויבט נישט אז די אהרונים זענען אזעלכע בהמות זיך צו שיסן אין פיס.
זיי גלויבן אטז דאס איז די בעסטע פאבליסטי פאר ר' משה דוד און דער אויפריכטיגער ציבור וועט ארויסקומען שטימען אין די מאסן פאר די קאנדידאטן וואס זענען אינדארסירט דורך אלע ראשי ומנהלי הקהילה והמוסדות פון וויליאמסבורג.
נשלח ב-5/9/2008 01:32
דוד'ל
ווארט ביז נעקסטע וואך מיטוואך אין דעמאלס וועט מען זעהן וואס די מענטשן זאגן
צי נידערמאן איז געטריי צי ער איז פאררעטער
נשלח ב-5/9/2008 02:03
איך האלט אז דו זאלסט שוין אנהייבן מאכן א פאול פונקט ווי ביי די גוים
נשלח ב-5/9/2008 02:05
ווי בי די גוים , צי ווי אין בג"ץ ?
נשלח ב-5/9/2008 02:07
דוד46 כתב:
אידן וואס האבן שוין באקומען דעם פאשקוויל זאגן אז ער גלויבט נישט אז די אהרונים זענען אזעלכע בהמות זיך צו שיסן אין פיס.
זיי גלויבן אטז דאס איז די בעסטע פאבליסטי פאר ר' משה דוד און דער אויפריכטיגער ציבור וועט ארויסקומען שטימען אין די מאסן פאר די קאנדידאטן וואס זענען אינדארסירט דורך אלע ראשי ומנהלי הקהילה והמוסדות פון וויליאמסבורג.
אזוי די ביסט גאר פרייליך מיט די צייטונג?, נו, אדרבה לייג עס דא ארויף - זאל עס יעדער זעהן...
נשלח ב-5/9/2008 02:15
פונקט ווי ענק האבן געטאן דעם פולן דזשאב מיטן דרוקן און ארויסשיקן, וועלן ענק זיכער טאן דעם דזשאב פוןן ארויפלייגן עס דא, פארוואס זאל "איך" ספענדן מייט צייט דערפאר?
זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים...
נשלח ב-5/9/2008 02:19
עס הייבט שוין אן צו ארבעטן, שלום דייטש (דער דראפ אוט פון ישיבות איז א פירער ביי זיי, נישט קיין געלעכטער מען הערט איהם אויס דארט) בקיצור, ער רופט א דרשה אז מען מיז מאכן שבת א מחאה אויפן עירוב
נשלח ב-5/9/2008 02:22
דורכבלעטערענדיג יעצט די צייטונג וואס איז מיר אנגעקומען אויף פאסט היינט, איז באמת געווען וויטאגליך צו זעהן ווי מען באשמירט אזא חשובער וויליאמסבורגער עסקן.
איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט דורכצוליינען די אלע ארטיקלען, אבער איין בלאט איז מיר אקעגען געקומען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "UJO לשם שמים אדער פאר פראפיטן", זאגט ער דארט אז "UJO לאזט זיך באצאלען פון יעדן יחיד שווערע געלטער", איך בין נישט באקאנט אזוי מיט די גאנצע ווירטשאפט פון UJO אבער איך ווייס אז מיין ווייב גייט אהין צו ערלעדיגען שטאטישע פראגראמען, זי קומט אייביג אהיים און זאגט מיר ווי פריינטליך די סטעף איז דארט אז מען קען מיינען אז זי צאלט דערפאר און דערווייל האט זי נאך קיינמאל קיין דאלער נישט אראפגעלייגט פאר זיי.
ווי קען מען שרייבען אזא אפענער ליגענט וואס רוב וויליאמסבורגער תושבים ווייסען אז זייער סערוויסעס קאסט נישט קיין געלט??
איך האב דערווייל נאכנישט געליינט די איבעריגע, אבער נאכ'ן זעהן דאס, ווייס איך שוין ווי אמת די גאנצע צייטונג איז.