|
|
| נשלח ב-5/9/2008 20:25 |
|
| |
דעם דינסטאג: א מעסעדזש קעגן די שבת שלעגערס
ברוך השם אז עס איז אונז געלונגגען אנצוקומען צו דעם מצב אז עס איז דא צוויי פארטייען אין וויליאמסבורג.
דעם דינסטאג ווועלן מיר אלע ארויסגיין און שטימען פאר די קאנדידאטן וואס זענען אינדארסירט געווארן דורך די יו דזשעי קעיר/אנש כדי צו שיקן א מעסעדזש פאר די פאליטישאנס אז עס איז דא נאך יודן אין וויליאמסבורג חוץ פון די שבת שלעגערס און רוצחים וואס האבן פארוואנדלט וויליאמסבורג אין א צווייטע הארלעם וואו יעדן שבת קומען פאר איבערקערענישן מיט שרעקליכע חילול השמס.
ווען מען האט געשלאגן יודן אין וויליאמסבורג פארן פאלגן זייערע רבנים ודיינים, ווער האט זיך אנגענומען פאר די שלעגערס?
יונייטעד דזשיהאד ארגאניזאציע (יו. דזשעי. או.)
ווען בחורים האבן אראפגעשלעפט שייטלען פון די קעפ פון אלמנות אינמיטן וויליאמסבורג ווער האט זיך אנגענומען פאר די טעראריסטן?
יונייטעד דזשיהאד ארגאניזאציע (יו. דזשעי. או.)
ווען די פאליציי האט געוואלט ארעסטן די שלעגערס נאך שבת כדי צו ברענגען ארדענונג אין וויליאמסבורג, ווער האט גע'שתדל'ט אז די פאליציי זאל זיי נישט ארעסטן?
יונייטעד דזשיהאד ארגאניזאציע (יו. דזשעי. או.)
ווען מען האט אלע יארן געפייניגט די אנדערע קהלות אין וויליאמסבורג, ווער איז געשטאנעןן אונטער די רדיפות?
יונייטעד דזשיהאד ארגאניזאציע (יו. דזשעי. או.)
דעם דינסטאג וועלן מיר אלע ארויסגיין און שיקן א מעסעדזש קעגן די
יונייטעד דזשיהאד ארגאניזאציע (יו. דזשעי. או.)
אז זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל וויסן אז עס איז דא נאך יודן אין וויליאמסבורג חוץ די שבת שלעגערס
תוקן על ידי לאגיש ב- 05/09/2008 20:37:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 20:33 |
|
| |
אנטשולדיגט מיר, איר ציט איבער די שטריק און ברענגט מער שאדן ווי נוצן.
איך גיי אי"ה שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטן, און אזוי וועט אויך טון יעדער וואס וויל האבן ערנסטע פארטרעטער אין די אידישע וויליאמסבורג. יו.זשעי.או. האט שוין געוויזן אין די פארלאפענע פופצן יאר אז זיי האלטן נישט ביים העלפן, יו.זשעי. קעיר האט די לעצטע האלבע יאר געוויזן אז זיי האלטן יא דערביי. מער פון דעם דאזיגן פאקט איז גענצליך איבריג.
אבער די אטאקעס קעגן נידערמאן זענען שוין היפש אראפ פון די רעלסן און קענען ברענגען דאס פארקערטע.
דו האלטסט טאקע ערנסט אז ער וואלט געדארפט לאזן ארעסטירן די יונגע בחורים אום שבת קודש?
אויב דו זאגסט שוין יא, ברענג ארויס די היפאקריסטווע און רשעות פון נידערמאן ווען ער האט זיך געוואגט צו זיין אויפן טעלעפאן אום סאמע שמיני עצרת מיט די פאליציי בלויז כדי זיי אריינצומישן אין אן אינערליכע קהל'ישע מחלוקת, און אין זעלבן טאג שפעטער האט ער געקענט ארבעטן הונטערן טיש אז מ'זאל ארעסטירן 26 אומשולדיגע בחורים אין סאמע יום טוב.
אבער ביטע לאז ארויס דעם עירוב פון שפיל. זיכער נישט די אומשולדיגע אנגערייצטע בחור'לעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 20:37 |
|
| |
באריאיג זיך געגאנגען
עס איז דא נאך יודן אין וויליאמסבורג חוץ סאטמער
קיינער האט נישט געזאגט אז מען מוז ארעסטן שבת
אבער די חוצפה פון ארבעטן ביי די פאליס אז מען זאל ארעסטן די עירוב טראגערס
אשטאט די עירוב שלעגערס דאס קען מען נישט צילאזן
איך האב גיעטוישט אביסל די ווערטער
יעצט ביסטו יא ציפרידן?
תוקן על ידי לאגיש ב- 05/09/2008 20:39:21
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 21:01 |
|
| |
איך האלט אז מען דארף נישט ארויפברענגען די עירוב בנוגע משה דוד, דאס אליינס אז ער איז נישט קיין עסקן פאר'ן גאנצען ציבור, נאר ער שטעלט זיך אויף איין זייט איז גענוג אז מען זאל אים שיקען א מעסעדש אז ער פארטרעט אינז נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 21:45 |
|
| |
געגאנגען איך האב גרויס הנאה פין דיין קוראזש
אבער לאמיך פארציילען פארן ציבור פין ווי דיין שטעלנוג קומט
לויט ווי סקוקט אויס ביסטו א גרויסער קרית יואל'ער אהרויני וואס דאוונעט אין הוניאד
ציזאמען מיט הרה"ח ר' שלמה היימאן,הרה"ח ר' מילך שווארץ
הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער אין הרה"ח ר' חיים בעריש פילעף
אין די טינקסט ציזאמען מיט זיי לחיים מיט לעקעך וואס איך האב גארנישט דערקעגן אין שעץ עס נאר
אין דאס איינציגסטע מאל וואס די ביסט אין דער שטאט, איז שמחת תורה וואס געפאלט נישט אין שבת
ווען די זאלסט איין מאל זיין א צווילער שבת אין וויליאמסבורג אין זעהן ווי די קווינסער בחורים
ציזאמען מיט זאלי ליידיגערייס זענען ציווילדעווט אין ראמפעזשירין איוף מיידעלך אין פרויען
וואלסטו גאנץ אנדערש גערעדט
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 22:09 |
|
| |
איך האב פאר דיר 'מאדנע' נייעס, איך האב שוין אוועקגעגעבן 'הונדערטער' שעות בלי גוזמא צו באאבאכטן די טראגערס און די שרייערס, און כ'האב זיך קלאר איבערצייגט די טיפקייט אינעם בליק פון א מנהיג ישראל. אויב וואלט דאס שרייען געווען א מצוה וואלט געווען אוממעגליך ס'זאל דערפון ארויסקומען אזא חילול השם, און היינט צו טאג בין איך איבערצייגט אין דאס גרויליגקייט פון די טיפשות'דיגע און צעווילדעוועטע 'מחאות'.
[גילוי נאות: די ערשטע וואך פונעם עירוב בין איך זעלבסט געווען פון די שרייערס, צוזאמען מיט הרה"ח ר' יונה פילאפף ז"ל... און ניין, איך בין נישט ר' זלמן לייב פילאפף]
מיט דעם אלעם איז עס א טיפשות עס צו נוצן אין א קאמפיין וואו ס'איז גענצליך איבריג, ספעציעל די טעמע וואס דער ערשטער שרייבער האט שוין אויסגעמעקט [ותשוא"ח לו]. עס מאכט אפילו אויסקוקן כאילו דאס איז אונזער איינציגע טענה קעגן דעם געלט פרעסער און גארנישט טוער וואס האט גענוצט זיינע קאנטאקטן אנצוטון רשעות פאר אידן, בכלליות ובפרטיות, אויב האט עס געשטימט מיט זיינע אייגננוציגע אינטערעסן.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 05/09/2008 22:09:16
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 22:19 |
|
| |
איך ליין גוט? איז דאס טאקע איינע פון זיינע פראבלעמען אז ער האט צוריקגעהאלטען פון ארעסטירן בחורים??
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 23:09 |
|
| |
איבער וואס טענה'עט מען זיך דא
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2008 23:10 |
|
| |
יכול
ווען מען וועט דיין ווייב ציען די שייטל אין שלאגן זאלסטו זיין דער גיטער אין נישט לאזען ארעסטן די שלעגערס
יונייטעד דזשיהאד ארגניזזאציע פייט אז מען זאל ארעסטן די געשלאגענע און אז די שלעגערס זאלן ארויסגיין אויף די פרייע זון
געניג איז געניג
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 07:48 |
|
| |
די וואך שבת האט שלום דייטש געהייסן נישט שרייען שבת כדאי נישט אויף צירעגן די עירוב טראגערס ,
קומ'טס אלע ארויס אין די מאסן אפצישטעלן דעם עפידמיע פין די אנטי עירוב שלעגערס
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|