בית פורומים כל העולם כולו

רחמנות נעבעך אויף התאחדות הרבנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2008 00:47 לינק ישיר 
רחמנות נעבעך אויף התאחדות הרבנים

ווער געדענקט נאך די אמאליגע שיינע רבניש'ע קערפערשאפט וואס האט געשיינט און געבלוהט אלע ערליכע רבנים זענען געווען אינאיינעם בראש מיטען הייליגען רבין זצוקללה"ה אלע אידישע אנגעלעגענהייטען האט יעדער ארויפגעקוקט וואס די התאחדות הרבנים האט צוזאגען.
 און אזוי אויך רוב יארען (ביז די טיילונג)  פונעם ברך משה זצ"ל איז אויך ווייטער אנגעגאנגען די המשכה פונעם התאחדות הרבנים מ'האט אכטונג געגעבן אויף אלע עניני הכלל מהאט גודר געווען פירצות מהאט פאררופן אסיפות מהאט אפגעהאלטען פראטעסטען און מאנהעטען אקעגן די ציונים, זיי זענען געווען די בעסטע און השגחות,דער רבי ז"ל האט געזאגט אז אויף פסח זאל מען נוצען נאר זאלץ און פאטעיטא סטארטש מיט די התאחדות הכשר,מהאט געאסרט איסורים,
                              בקיצור זיי האבען געהאט גאלדענע יארען.

ליידער ליידער דארף מען נישט זאגען וואס עס איז היינט געווארען פון די גאנצע ארגעניזאציע, זיי זענען נעבעך די געלעכטער פון שטאט,קודם און די שבעה פונעם ברך משה האבען זיי נעבאך פרובירט אויפצונעמען כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר נשיא פון התאחדות הרבנים אבער ער האט זיך גראד אפגעזאגט צוליב וואס ער האט נישט געוואלט זיין דער שטעקן אינטער וועם זיי זאלען קענען טון וואס זיי ווילען. און ממילא האבען זיי נישט קיין געהעריגען בעל אחראי, בימים ההם אין מלך בישראל איש כל הישר בעיניו יעשה.
זיצט זיך הערשל קלאר און כולל און טראכט אז ער איז שוין אונמוטיג שוין לאנג געוועהן שטיל ,זוכט ער ארויס אפרישע פירצה און ער לויפט ארום צו רבנים כאפען חתימות,און ער געט א לייג ארויף דעם לעדדערהעד פון התאחדות הרבנים און פלאקאטן פארען ארויף אויף די גאסען און אא"וו.
קיין שום ערענסטע אסיפות פאררופען פון די התאחדות הרבנים איז שוין לאנג נישט געווען.
קיין שום פראטעסטען פאררופען פון די התאחדות הרבנים איז שוין לאנג נישט געווען.
זיי זיכען נעבאך אנצוהאלטען זייער נאמען אבער עס גייט זיי זייער שווער.זיי האלטען נעבאך אין איין כאפען פליקעס אויף רעכטס און לינקס.
די פאריגע וואך אליין האבען זיי נעבאך געכאפט צוויי שטארקע פליקעס. די ערשטע ווען זיי האבען מתיר געווען די ארץ ישראל'דיגע לולבים און עס איז ארויסגעקומען שארפע בריווען פון רבנים אקעגן דעם.

און די צווייטע איז געוועהן די פאריגע וואך ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה ר' י"מ וואס ער איז געווען חתונה געהאט מיט י' פעקעטע'ס שוועסטער און ער האט באקומען א היתר מאה רבנים.כאטש עס איז געווען אקעגן די ווילען פון התאחדות הרבנים.

וואס ביי קיין שום שטארקע בי"ד וואלט עס נישט געקענט אזוי גרינג פאסירען נישט ביי הרב לאנדא פון ב"ב און אפילו נישט ביי די עדה.   




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2008 00:54 לינק ישיר 


"קודם און די שבעה פונעם ברך משה האבען זיי נעבאך פרובירט אויפצונעמען כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר נשיא פון התאחדות הרבנים אבער ער האט זיך גראד אפגעזאגט צוליב וואס ער האט נישט געוואלט זיין דער שטעקן אינטער וועם זיי זאלען קענען טון וואס זיי ווילען."

מיר אלע געדענקען פארוואס ער האט נישט געוואלט אננעמען דאס נשיאות: ווייל אויך זיין יונגערער ברודער האט באקומען דעם אנבאט בשותפות מיט אים, און "דאס" איז די סיבה פארוואס ער האט עס נישט געוואלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2008 14:27 לינק ישיר 

און דעמאלסט וואלט געווען יד נכרי באמצע וועגן דעם האט ער נישט געוואלט אננעמען .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2008 04:43 לינק ישיר 

איך מיין אז עס איז אונטערגעגאנגען ווען דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן.

דער הכשר איז אבער נאך זייער שטארק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רחמנות נעבעך אויף התאחדות הרבנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext