באקומען אין אישי:
איך האב היינט מיטאג צייט גערעדט מיט א עסקן פין אנ"ש ד'ברוקלין און איך האב אים געפרעגט, נו, וואס זאגסטו, ווי אזוי קיקט עס אויס?
האט ער מיר גיענטפערט, עס קיקט גיט אויס
פרעג איך אים צוריק, דאס מיינט אז סקוואדראן גייט געוואונען?
ענטפערט ער מיר, אויסדריקלעך נישט, דאס האב איך נישט קיין אהנונג, אבער עס קיקט גוט אויס אז דער צאהל שטימען פין ווילימסבורגער איינוואוינער וועט זיין פיל פיל מער ווי ביי די פאריגע 10 וואלן ווי עס האבן זיך באטייליגט בערך צווישן 2 טויזענט און 2 און א האלב טויזענט
דער אנ"ש עסקן האט מיר פארשטיין געגעבן אז איך זאל נאך אמאל איבער ליינען דעם עדיטאריעל פון בלאט פאריגע וואך פ' -שופטים און בעסער פארשטיין אז די וויכטיגסטע איז צו הייבן די צאהל שטימען אין ווילימסבורג און שיקען א מעסעדזש פאר די פאליטישענס אז ווילימסבורג צייגט ווייטער ארויס אינטערעסע
איך האב איבער געטייפט די עדיטאריעל פון בלאט פאריגע וואך, איך האב פריבירט ממש ווארט ביי ווארט, אבער שגיעות מי יבין, אויב עס איז דא גרייזען אין דעם באשילדיגסט מיך
פינגער אפדרוקן
די אידישע געגנטער אין ברוקלין זענען, בשעת'ן שרייבן די שורות, אויסגעהאנגען מיט פלאקאטן וועלכע רופן דעם אידישען ציבור ארויסצוגיין שטימען קומענדיגן דינסטאג, סעפטעמבער 9 למספרם, פאר די קאנדידאטן וועלכע ווערן אינדארסירט דורך די חרדישע ארגאניזאציעס און קהלה-פירער, אין בארא פארק פאר ר' שמחה פעלדער נ"י און אין וויליאמסבורג פאר דניאל סקוואדראן און עד טאונס.
עס איז זיכער אז אחריות'דיגע און פארשטענדיגע תושבי ברוקלין וועלן אויספאלגן די ערליכע געמיינדע פירער וועלכע זוכן בלויז די אינטערעסן פונעם ציבור, און שטימען אין די מאסן פאר די פאסיגע קאנדידאטן.
עס דארף באזונדער באטאנט ווערן, און וואס וויליאמסבורגער אידן דארפן האלטן פאר די אויגן אינעם קומענדיגן פריימערי וואל-טאג, אז די הצלחה פון דעם טאג איז נישט "ווער און ווער" עס וועט געווינען, נאר וויפיל עס האבן געשטימט.
מאמענטעל איז קריטיש צו הייבן די צאל שטימען אין וויליאמסבורג פון 2,000 ביז 5,000 – צום ווייניגסטענס אויף דאפעלט.
דער מעסעדזש דארף זיין אז וויליאמסבורג איז ווידער וואך; מען שלאפט מער נישט אינעם וואל טאג.
אוודאי, אויב מען קען בעזהשי"ת ביים ערשטן פריימערי באווייזן וואונדער, צו צייגן די טיר פונדרויסן פאר אן אלט געזעסענעם פאליטישאן וואס האט פון וואל ביז וואל פארגעסן צו לייגן די הענט אין קאלט וואסער, און במקומו אריינברענגען א צווייטן, איז מה טוב ומה נעים.
אבער דער וויכטיגסטער פונקט פון איצטיגן פריימערי, וואס וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג לסדר "כי תצא למלחמה", איז אז די קאנדידאטן און די שטאטישע טאטעס זאלן טוישן זייער מיינונג איבער וויליאמסבורג און בארא פארק; זיי זאלן באקומען דעם געפיל אז וויליאמסבורג און בארא פארק זענען ווידער געווארן א שוועסטער מיט קרית יואל און מאנסי, וואו די גרויסע וואל באטייליגונג איז באקאנט; דארט אז מען הייסט ארויסגיין שטימען, הארכט מען, און די ערפארונג צייגט אז מען צאלט נישט ארויף דערויף; דאס ארויסגיין שטימען צאלט זיך אויס כפל כפליים.
און גענוי דאס דארפן וויליאמסבורגער און בארא פארקער אידן געדענקען, אז אויב קען מען נישט טרעפן אינעם וואל טאג א פאר מינוט ארויסצוגיין שטימען; אויב איז מען איז זיך פורש מן הציבור און מען וויל זיך מוציא זיין מיט אנדערע; טא ווי-אזוי ערווארט מען אז די עסקנים ואישי הציבור וואס זוכן צו העלפן דעם ציבור זאלן האבן אן אוזן קשבת ביי די באהערדע?
יעדער איז פארפליכטעט אליין ארויסצוגיין שטימען און גלייכצייטיג מוטיגן די משפחה מיטגלידער, דעם חבר, דעם שכן אא"וו – אפגעזען פאר וועמען דער שכן וועט געבן זיין שטימע. אויב דער שכן וועט גיין שטימען, פאר סיי וועמען, וועט דאס סייוויאזוי זיין א געוואלדיגער געווינס פאר וויליאמסבורג און בארא פארק, פאר די געטרייע עסקנים, פאר יו-דזשעי-קעיר, פאר אנ"ש דברוקלין, און בעיקר פאר יעדן יחיד ויחיד פון וויליאמסבורג און בארא פארק.
ווייל די וויכטיגקייט פון די איצטיגע וואלן איז: פינגער פרינטס – אז די היי יעריגע וואלן זאלן איבערלאזן אירע פינגער אפדרוקן און דערציילן פאר די פאליטישאנס אז וויליאמסבורג האט זיך אויפגעוועקט, און זי ברענגט ארויס א פיל גרעסערע צאל וויילער ווי אין די פארגאנגענהייט.
בלויז ארויסגיין שטימען איז שוין א ריזיגער געווינס פאר די אלע וואס איר ווילט זען זייער הצלחה און איר זענט מעריץ זייערע פעולות לטובת הכלל.
מיט'ן ארויסגיין שטימען געט מען א פרישן שאנס פאר די עסקנים. מען גיבט זיי א מעגליכקייט צו זאגן פאר די פאליטישאנס אז וויליאמסבורג האט אנגעהויבן א ניי בלעטל.
די פאליטיקאנטן זענען גענוג כיטרע און שפיציג צו זען דעם טויש, און דער עיקר וואס ביי זיי ציילט איז "שטימען" – לאו דוקא שטימען פאר זיי, נאר שטימען אין אלגעמיין.
פאר זיי אינטערעסירט נישט צי מען טראגט מיט'ן וויליאמסבורגער עירוב צי נישט; זיי גייט נישט אן צי די השגחה אין בוטשער איז משחיטה ואילך אדער נאר ממליחה ואילך, זיי קוקן בלויז איין זאך: וויפיל איינפלוס האבן די געמיינדע פירער אויפן ציבור, און צי דער ציבור איז קאלט און פאסיוו, אדער ווארעם און הארכזאם.
היי יאר איז אויך לייכטער ארויסצוגיין שטימען, ווייל אנדערש ווי אין געווענליכע יארן ווען די פריימערי וואלן פאלן אויס בדרך כלל אין די ימי הסליחות אדער אין עשרת ימי תשובה, געפאלט עס היי יאר אין ערשטן העלפט פון חודש אלול ווען עס איז אביסל לייכטער און רואיגער ארויסצוגיין שטימען.
מילא, והי' כי ישאלך חברך, שכנך, אחיך, וואס איז דער ציל פון די איצטיגע וואלן? וואס איז די התלהבות אזוי גרויס יעצט ארויס צו גיין שטימען?
ואמרת אליו: פינגער אפדרוקן.