נאר פון די אידן- קאן זיין אז מיט די גוים וועט דאס זיין אסאך ווייניגער
פון די נייטראלע האט מען אביסעל געפרעגט און די איבריגע האט מען נישט געדארפט פרעגן
תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 10/09/2008 2:08:29
נשלח ב-10/9/2008 02:10
911zalis כתב:
פין ווי נעמסטו עס ? די נאמבערס זענען ווייט דערפון גייטס ארויס יעצט וואוטען אז נישט וויין נישט ביינאכט ווען די זאליס וועלן לאכן פין דיר
די זאליס וועלן עניוועי לאכן, (ווען לאכן זיי נישט?) און ערנסט גערעדט, אפילו אויב אונז גיימער האבן נאר 25% פון די וואוטס גייט משה דוד זיך אויך שפירן אומרואיג און ער גייט באקומען זיין מעסעדזש, נאך אלעם פארגעס נישט וואס זיי האבן אלס געטוהן היינט, אה"נ פאר די גאס גייטער קענען שרייען אז סאטמאר איז נאר א פערטל פון וויליאמסבורג, אבער ער ביי זיך ווייסט אז מ'קען נישט נוצן די זעלבע טאקטיקען צוויי מאל, סאו אין די נעקסטע יאר גייטער שוין אנהייבן צו דעליווערן פארן עולם א גרויס חלק פון די געלט וואס ער באקומט פון די גאווערמענט.
פון די אנדערע זייט, טארן מיר נישט נאכלאזן, יעדער איינער וואס קען ארויסברענגען נאך א וואוט, זאל נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, נאר קאלן ווער ס'קען אלץ וואוטען, אז מ'זאל ארויסגיין שטימען, "דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטאר"
וויאזוי האט יענער געזאגט? כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפען...
נשלח ב-10/9/2008 02:20
אדמיראל
ר' משה דוד האט נישט קיין איין שלאפלאזע נאכט פון ענק.
פונקט ווי עס איז דא היינט 2 סאטמארע קהילות אומעטום מעג זיין אין וויליאמסבורג 2 אזעלכע סארט ארגאניזעידנס.
די שאלה איז נאר, אויב האבן ענק עפעס דעליווערט פארן ציבור פארוואס האבן ענק נישט ארויסגעשיקט קיין שום אויפטוען, נאר אנשטאט האבן ענק געשימפט און געשאלטן???
עטס קענסט נישט משוגע מאכן אלע מענטשן. אמת תמימי לב אדער ענקערע פארטיי מענטשן קענען ענק איינרעדן אז ר' משה דוד טוט נישט, אבער יעדער וואס קומט אריין צו אים אין אפיס ווייסט אז ער טוט אוןו פרובירט דאס מאקסימום!,
נשלח ב-10/9/2008 02:23
איציג מיכל, יעצט האבעך באקומען אינפערמאציע אז די אלע יונגעלייט וואס זענען געוועין רעדזשיסטערד פאר ריפאבליקענס און האבן געטוישט פארטייען אין די לעצטע וואכן זענען נישט ערלויבט געווארן צו שטימען אין די יעצטיגע עלעקשען, סאו אסאך פון די יונגעלייט וואס דו האסט געזעהן ארויסקומען און דו האסט זיי נישט געפרעגט ווייל דו האסט נישט געדארפט פרעגן, האבן במציאות נישט געשטימט, לויט דעם קומט אויס אז דו נאמבערס זענען זייער נישט גוטע, אבער כ'גלייב נאך נישט אז מיר גייען אנציען נאר 25%, אונז דארפמער אנציען בערך 30-35%.
אבער מ'בעיט דעם עולם נישט צו נאכלאזן, ארויסגיין שטימען, פאר דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטער.
און כ'וויל נאר צו לייגן איין פאוינט צו וואס כ'האב פריער געשריבן, מ'טאר נישט פארגעסן אז ביי די פאריגע עלעקשען'ס ווען נידערמאן איז געלאפן אלס דעלעגאט פאר קלינטאן, איז אין וויליאמסבורג נישט ארויסגעקומען מער ווי 2200 שטימען אינקלודינג די גוים, יעצט יעדע שטימע מער ווי 2200 איז א שטאך פאר נידערמאן פערזענליך, און דער עיקר אז ווי מער שטימען ס'קומען ארויס אלץ שטערקער וועט זיין אונזער מעסעדזש פאר דעם עוכר ישראל "וויטא לאפעז" שר"י נעם אראפ דיינע לאפעס פון וויליאמסבורג!