בית פורומים כל העולם כולו

ר' ארי' לייב: לאמיר זען צו וואס איר טויגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2008 05:24 לינק ישיר 
ר' ארי' לייב: לאמיר זען צו וואס איר טויגט

ר' ארי' לייב גלאנץ איז שיער הייזעריג געווארן פון אויסרעכענען וואס פאר א צרות עס זענען אלס ארויפגעוואקסן אויף וויליאמסבורג די לעצטערע יארן.

אט די אלע זאכן זענען - לויט אייערע ווערטער - שולדיג געווען מר. קאננער אדער די וואס האבן אים געשטיצט:

...אז אידן זענען אויפגעטוישט געווארן מיט ערלים אין די פראדזשעקטס.

...מען האט ארויפגעשמירט בייק לעינס איבער די גאסן פון וויליאמסבורג.

...מען האט ארויסגעווארפן אידן פון בעדפארד גארדענס.

...מען האט געהעכערט די שטייערן פאר וואסער.

...מען צאלט טייערע מארטגעדזשעס.

איך בין אפשר נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים, אבער מיר איז נישט אזוי קלאר וואס מיין וואסער ביל אדער מארטגעדזש האט צו טאן מיט ווער עס איז דער היזיגער סטעיט סענאטאר, אבער אפשר זענט איר גערעכט מיט די איבעריגע זאכן און ר' משה דוד האט בייזוויליג און צוליב פארשידענע סיבות דאס געשטיצט, דעריבער געבן מיר אייך א שאנס אז מער זאל אזעלכעס נישט פאסירן אין וויליאמסבורג, און מען זאל בקרוב ממש פטור ווערן פון די בייק לעין צרה וואס שאפט אן א שיעור קאפווייטאג און כמעט-עקסידענטן טעגליך, און אידן זאלן איבערנעמען די פראזדשעקט בילידינגס און ס'זאל זיין ששון ושמחה ביי אידישע קינדער.

און אויב וועט איר ווייזן וואס איר קענט, און איר זענט דאך א טויגליכער איד, גאראנטיר איך אייך אז ביי די קומענדיגע וואלן וועט אייער ארבעט זיין א פיל גרינגערע.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2008 05:52 לינק ישיר 

ראביי דיפלא, איר זענט נישט קלאר אינעם ענין, מארטי קאנער איז נישט שולדיג אין די אלע פראבלעימען, נאר ס'האט געדארפט ארויסגיין א מעסעדזש א פאלעטישן טאר נישט זיצן ליידיג! אויב ווילער געווינען, מוז ער ארבעטן! און מארטי איז געווען די שעיר לעזזל, ווייל ווי שוין געשריבן אין א אנדערן אשכול, איז זיך צאמגעקומען אפאר זאכן וואס האט געמאכט אז פונקט ער זאל זיין דער קרבן!

שטעלדעך פאר ווען מארטי קאננער ארבעט ווען שווער פאר וויליאמסבורג, וואלטעך יו דזשעי קעיר ווען געוואוט פאר עם, וואלטן די רעזולטאטן ווען געווען אנדערש, יעצט האבן אנדערע פאלעטישען'ס געזעהן, אז מ'דארף ארבעטן שווער צו געווינען אונזערע שטימען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' ארי' לייב: לאמיר זען צו וואס איר טויגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext