בית פורומים כל העולם כולו

סקוואדראן געווינט אין וויליאמסבורג מיט 53 פראצענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2008 21:38 לינק ישיר 

הבדלה


לאז זיי פאראדירן מיט זייערע נאמבערס

איך האב צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2008 22:09 לינק ישיר 

פשוט איך שטוין אויף דע סאו לוזער בעביס
דוד דו טרייסט דיך מיט חלשות?
איך פרעג דיר א קשיא ענטפער מיר יא אדער ניין!

האט סקוואדראן געווינען???

יא אדער ניין?

דריי נישט מיטן צונג און ענטפער ווי א מענטש
יא אדער ניין?

דאס איז אלעס און מער דארף איך נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2008 22:12 לינק ישיר 

וויי געוואלד,

פאר דאקטאר שפיצער האט וויי געטון די פיס און ער איז געבליבן אין מאנרא

מען זוכט א צווייטן זאל מאכן דעם פאלשן צעטל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2008 23:06 לינק ישיר 

דודל מיר ווארטן אויף א לינק פון די בארד אוו עלעקשאנס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/9/2008 00:57 לינק ישיר 

ווער איז דיר שולדיג אז די גלייבסט שלום דייטש'ס ציפערן אז ער האט געהאט בלויז 1500?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 00:59 לינק ישיר 

יונה'לע


פארוואס אלע 12 טויזענט איז פון ענק?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:04 לינק ישיר 

איינער האט מיר יעצט געוויזן א שטיקל נייעס פון די פאריגע וואכעדיגע "דער איד" ווי זיי רעדן ארום איבער די סקוואדראן-קאננאר פארמעסט אין די 25'סטע דיסטריקט, ד"ה וויליאמסבורג, זיי זענען דארט מסביר כהיא לישנא:

"...און לויט קוועלער צייגן אינערליכע אנקעטעס אז קאנאר ציעט אן גאר שטארק - ארום אכציג פראצענט - צווישן די היספאנישע וויילער וועלעכע מאכן אויס ארום א דריטל פון די דיסטריקט"...

עד כאן לשונו של "דער איד"

נאכאמאל? א דריטל פון די וויילער אין די 25'סטע דיסטריקט זענען היספאנישע, און ביי זיי ציעט מארטי קאנאר אן גאר שטארק!

אין קורצן. א דריטל פון די שטימען וואס זענען אריינגעקומען פאר קאננאר זענען היספאנישע!

אוי וויי. עס רייסט שטיקער...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2008 01:13 לינק ישיר 

dis is a good one



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:21 לינק ישיר 

איך מיין אז ענק אלע קוקן זייער ראנג אויף די גאנצע חשבון
איך האלט אז די עכטע נאמבערס זענען 2791 קאנער צו 1548 פאר סקוואדרען, די ארונים אליינס האבן אנפאנג געזאגט די נאמבערס און די צייטונג שרייבט אויך די נאמבערס. ווי לאנג סאיז נישטא קיין אנדערע נאמבערס פון בארד אף עלעקשאנס בלייב איך ביי די נאמבערס
אבער לויט ווי אלבערט שרייבט האט קאנער געהאט פאריגעס מאל 1740 וואטס אין די דיסטריקט, און סמאכט נישט קיין סענס אז סזאל האבן געווען פאריגעס מאל מער ווי 500 אידען, מסתם ווייניגער, ווייל די פייט איז געווען בעיקר ביי די ספאנשיע גויטעס
סאו לויט דעם מיינט עס אז ער האט פאריגעס מאל געהאט מינומום 1240 ספאנישע, וואס זענען מסתם יעצט אויך ארויסגעקומען ווייל די רעיס איז יעצט געווען נאך הייסער, סאו לויט דעם דארף מען רעכענען 1551 אידען פאר קאנער צו 1548 אידען פאר סקוואדרען. א סטעטיסטיקעל דעד היט, און קען זיין אז פאריגעס מאל איז געווען נאך ווייניגער אידען
סקוקט אויס אז UJO און UJC זענען ביידע מינומום די זעלבע שטארק אין די דיסטריקט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:32 לינק ישיר 

(חייםחייקל)

ברעיקינג: סקוואדראן אנגערופען ר' משה דוד
סקוואדראן האט געריפען ר' משה דוד אויפן טעלעפאון און געזאגט אז ער איז גרייט מיט צי ארבעטן מיט UJO און ר' משה דוד האט אים מזביר געווען אז די גאנצע קאמפיין איז נישט געווען אים צו באשמיצן נאר די פאלעסי איז אייביג געווען צו אידארסירן דעם אינקאמבענד צוליב הכרת הטוב און סקוואדראן האט אים געענטפערט אז ער פארשטייט און ער איז נישט בייז און האט געבעטן א מיטונג מיט ר' משה דוד

קושקע:

האט ער איהם כאטש געבעטן ער זאל אפשאפן די גזירה פון מציצה בפה?

ארגינעלער:

קושקע שוין לאנג נישט געלאכט אזוי !!!

דוד46:

דאס ערשטע מאל וואס סקוואדראן האט זיך געטראפן מיט ר' משה דוד איז געווען נאך די גרויסע סאטמארער חתונה ווען ער האט דעמאלסט באשלאסן צו בעטןם די וויליאמסבורגער שטיצע.


אבער ר' משה דוד האט אים שוין דעמאלסט מסביר געווען אז אונז האבן א פאליסי פון שטיצן דעם אימקאמבענט אלס הכרת הטוב, און ער האט עס פאשרטאנען. ר' משה דוד האט אים קלאר געזאגט אז אונז קאמפיינען "לטובת" דעם אימקאמבענט און נישט "קעגן" אים.

די וואך זונטאג נאכט נאך די "גרויסארטיגע" דורכגעפאלענע ראלי אין וויליאמסבורג, האט סקוואנדראן זיך געטראפן מיט א יו-דזשעי-או עסקן ביי א פאנד רעיזינג און סקוואדראן האט יענעם געפרעגט צו ער קען אים ערלעדיגן א פרישע מיטינג מיט ר' משה דוד אויף מאנטיג.

אזוי ווי ר' משה דוד איז געווען ביזי מיט די חתונה פון זיין זון האט ער אפגעשמועסט אז דאס וועט זיין נאך די וואלן.

לעבעדיגער:

דוד, לויט ווי איך האב געהערט די מעשה איז עס געווען אז משה דוד האט אום יא צוריק געריפן, נאר פונקט איז זיין בעטערי פון די טעלעפאון אויסגעגאנגען און דערנאך האט ער פארגעסן צוריק צוריפן...

קיין בעסערע מעשה נאך אזא דורכפאל האסטו נישט געטראפן?

קושקע, גאר גוט!

דוד46:

מארטי מארקאוויטץ און דעיוויד יאסקי וואלן יוכיחו!

זשוליאני08:

דער פראבלעם איז דען געווען אז מ'טרעפט זיך מיט נידערמאן?
ביסט אבער מודה אז פון היינט און ווייטער וועט ער זיך טרעפן מיט UJ CARE?

און נאך א קליינעם סוד. נישט נאר ער וועט זיך אי"ה טרעפן מיט UJ CARE
נאר אויך אלע אנדערע פאליטישאנס פון גרעיטער ניו יארק... אינקלודינג דער מעיאר און אלע אנדערע וואס זענען געווען אינטער די השפעה פון דעם שפל ונבזה נידערמאן.

ווייסט פארוואס:
ווייל סעפטעמבער 9, 2008 איז דער סעפטעמבער 11 פאר די זאליס בכלל און פאר UJO (נידערמאן/מענצער) בפרט

פארשטייסט שוין גוט?
און אויב דו פארשטייסט נישט, דאן פרעג איבער

דוד46:

פרעס רעליס פון יו-דזשעי-או

Statement by Rabbi David Niederman, President, United Jewish Organizations of Williamsburg, on the results of Tuesday's Primary Elections

 

September 10, 2008

 

The leadership of Williamsburg's Jewish community extends its congratulations to Senator-Elect Daniel Squadron on his victory in yesterday's Democratic primary, and we hope and expect to work closely with him.

 

Williamsburg has always showed its gratitude to the elected officials who have served us so well and for so long. Senator Connor deserves our respect and accordingly won by a margin of two to one in the predominantly Jewish election districts in Williamsburg.

 

Senator-Elect Squadron, as our new state senator, will be able to count on our full support going forward as he moves to implement our shared vision for more affordable housing, improved social services, enhanced workforce development, better police protection and all the other issues critical to continued growth and success in our community.

 

We look forward to working with Senator-Elect Squadron for the betterment of our community, our district, our borough and our city.

 

                                  

                          Media Contact:          Bob Liff at 212-608-0333




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:34 לינק ישיר 

איך גלייב אז די נאמבערס דארפען זיין ערגעץ, קיינער ווייסט נישט ווי מען קען דאס זעהן? נעכטען גלייך ווען איך האב געזעהן די נאמבערס האב איך געקוקט אויף סקוואדראנס וועב סייט אבער עס איז נישט געווען דארט און עס איז נאך יעצט נישט דארט, עס קוקט אויס ווי מען באהאלט דא עפעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2008 01:35 לינק ישיר 

יודלע:

דוד'ל, מיר הייסן נישט נידערמאן אז מיר זאלן נישט לאזן א פאליטישאן וואס איז גוט מיט אונז רעדן אין העלפן אנדערע מענטשן.

ביי נידערמאן איז די מהלך צו סטראשענן די פאליטישאן'סאז אויב רעדט ער צי זיינע קעגנער גייט מען אים אראפ רייסן אין ארבעטן קעגען אים אין אזוי ווייטער. אין ער דארף העלפן נידערמאן באגנבענן וויליאמסבורג, אפילו עס וועט עם קאסטן די וואלן, קאנער יוכח דאס מוזט די מודה זיין אז די פאקט איז אז סקוואדראן האט געווינען מיט קנאפע 2000 וואוטס, אין אפילו לאמיר רעדן לשיטתך לי יהי' אז מיר האבן נאר געהאט אין וויליאמסבורג 1548 וואוטס, דאס מיינט אז אויב וואלטן מיר געוואוט פאר קאנער וואלט קאנער ווען געווינען די וואלן מיט בערך 1000 שטימען. 
 
ניין מיר קוקן גאנץ אנדערשט אויף די גאנצע זאך, די עיקר איז אז "אלע" אידן אין וויליאמסבורג זאלן האבן א פארטערער, אין יא מיר פארשטייען אז א פאליטישאן דארף לעבן גוט מיט יעדם איינם אין זיין דיסטריקט, ווייל עס קומט נאכאמאל וואלן אין פיר יאר אין ער זאל קענען גריג געווינען, אין די אישו זאל נאר זיין האט ער עפעס דיליווערט פארן ציבור אין נישט אויב ער איז גוט מיט דעם אין מיט יענעם.

סא פין אונזער זייט זאל ער געזונטערהייט האבן א מיטוג מיט נידערמאן, אין נידערמאן זאל זיך קענען אפ פיקטשערן מיט אים אין קלעמען וויקיטארי אז ער האט פארכאפט סקוואדראן צי זיך, (איך שרייב ער פאר אז דאס גייט געשעהן), איין זאך נאר אז מיט אים וועט נידערמאן מער נישט קענען מאכן די מעשה אין באגנבענן כלל ישראל, אין סקוואטראן וועט אי"ה ארבעטן פארן גאנצען ציבור.


אבער דוד'ל לגבי דאס וואס די שרייבסט וועגן:



די וואך זונטאג נאכט נאך די "גרויסארטיגע" דורכגעפאלענע ראלי אין וויליאמסבורג, האט סקוואנדראן זיך געטראפן מיט א יו-דזשעי-או עסקן ביי א פאנד רעיזינג און סקוואדראן האט יענעם געפרעגט צו ער קען אים ערלעדיגן א פרישע מיטינג מיט ר' משה דוד אויף מאנטיג.


זאגט פאר אברהם יאנקעל פריעדמאן אז ער קען דיר איינרעדן וואס ער וויל, ווייל איך בין געווען זונטאג נאך די ראלי מיט סקוואדראן ביי די מיטונג, (קודם עס איז נישט געווען קיין פאנד רעיזינג עס איז געווען א מיטונג פין סקוואדראן מיט אפאר מוסדות אין וויליאמסבורג), אין יא אברהם יאנקעל פריעדמאן (די פאטאגרעפער... פאר ווער עס געדענקט) איז זיך אנגעקומען אין געזאגט פאר סקוואדראן אז UJO מיינט נישט אים אין אזוי ווייטער, האט אים סקוואדראן גענפערט איך פארשטיי איינער וואס אינדארסט א צווייטען, אבער דאס וואס ענק האבן מיר געטוהן קען איך נישט פארשטיין, איך האב ענק עפעס אמאל געטוהן אז ענק זאלן מיר פערזענדליך אראפרייסן מיט ליגענט ווי מציצה בפה, אין איך בין א משומד, אין אזוי ווייטער. דאס איז שוין נישט נארמאל אין דאס קען איך נישט פארשטיין, אין אברהם יאנקעל איז ארויס אבל וחפו ראש. דוד'ל קענסט ווייטער שרייבן וואס די וויילסט אבער איך בין דארט געווען אין אזוי איז געווען די מעשה.

דוד46:

יודלע
ֿ
דו קענסט שרייבן וואס דו ווילסט

עס וועט דיר סייווי נישט העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:41 לינק ישיר 

דעילי ניוס: אהרונים פארלירן די עלעקשן דיסטריקטס (מאת דוד46)

- Satmars. (Both sides). This one I know I'm going to get hit on. Zalmis/Rabbi Niederman/UJO proved they can still pull votes, even though one of their top priorities (Connor), lost, while the Aronis/Rabbi Glanz/UJCARE established themselves as a potential political power to be dealt with in their own right, backing the winning candidate (Squadron), even though he didn't win their EDs. . http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/


----------


backing the winning candidate (Squadron), even though he didn't win their EDs. 

סקוואדראן:

א דאנק דוד האבן זיי יעצט געפיקסט און געשריבן רוב דיסטריקטס
even though he didn't win MOST OF their EDs. .

דוד46:

טרייסט דיך מיט לחשות

סקוואדראן:

קיינער דארף נישט זיך נישט טרייסטן ווען מען גייט מיט א געוואונער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2008 01:58 לינק ישיר 

איך האב א פילינג אז דא גייען ארויפקומען אנדערע נאמבערס ווי מען האט געהאט ביז יעצט, אפילו די דעילי ניוס שרייבט "רוב" דיסטריקטס, לויט די יעצטיגע נאמבערס וואס זיי האבען ארויסגעשיקט שטייט אז סקוואדראן האט געווינען אין יעדען וומסב"ג דיסטריקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2008 02:06 לינק ישיר 

יכול; איך האב א פילינג אז דוד46 גייט יעדע מינוט ארויפקומען מיט א פרישע תירוץ פארוואס ער האט דאך געוואונען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סקוואדראן געווינט אין וויליאמסבורג מיט 53 פראצענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.